Skip to main content

Album: A Fas A Jumbo (Single)
Artist: AVRUMY KALISH And TULI BRULL
Year: 2016
Tracks: 1
Rating:

Track 1
A fas a jumbo
4:36

א פאס א גרויסע

אויפן טיש א גרויסע פאס מיינע ליפּן מאך מיר נאס אוי גיס מיר אָן א כוס

מיינע אויגן שרעקליך רויט כ׳קען נישט קוקן גראד איך פיל העכער ווי לוט

טריי מיך נישט אהיים טראגן דו דארפסט זיך נישט פּלאגן כ׳בין ביזי ליב האבן און זיך אויסרעדן מיין מאגן

כ’לויף ארום צו מענטשן כ’מוז יעדעם איינעם בענטשן כ’קער נישט ווער עטץ זענטץ עה יעצט זעמיר אונז פרענדס

איך בין הויך און צוקאטשט וויין וויסקי בערבען סקאטש נאך א גלעזעל נאך א שאט נאך נישט גענוג געהאט

ברוך מרדכי ארור המן כ’ווייס נישט ווער האט וועם באגראבן כ’געדענק אפילו נישט מיין נאמען אבער נאך וויין דארף איך האבן

אויפן טיש א גרויסע פאס מיינע ליפּן מאך מיך נאס און גיס אָן נאך א כוס

מיינע אויגן שרעקליך רויט כ’קען נישט קוקן גראד איך פיל העכער ווי לוט

צווישן אלע שפּרינג און טענץ פון א הארא צו א טרענס נאר געדענק אז היינט דו קענסט צום הימל הייב דיין הענט ווי יום כיפּור היינט איז גאר בעט דיך אויס אויף א גאנץ יאר ווען דיין צונג איז דיר יעצט לויז צו דיין טאטע שריי ארויס

איך בין הויך און צוקאטשט וויין וויסקי בערבען סקאטש נאך א גלעזל נאך א שאט כהאב נאך נישט גענוג געהאט

ברוך מרדכי ארור המן כ׳ווייס נישט ווער האט וועם באגראבן כ’געדענק אפילו נישט מיין נאמען אבער נאך וויין דארף איך האבן

צופּאטשקעט צעפראסקעט געשאשקעט דע מאשקע דע נאכט יעצט באלייכט עס מ’מאכט עס גאר רייך יע

מ’זעט נישט מ’פרעגט נישט מ’מעג צי מ’מעג נישט ווייל דעס איז די בעסיס מ׳לעבט נישט אָן דעס יעצט

אויפן טיש א גרויסע פאס מיינע ליפּן מאך מיר נאס אוי גיס מיך אָן א כוס

מיינע אויגן שרעקליך רויט איך קען נישט קוקן גראד איך פיל העכער ווי לוט

כ׳בין אינגאנצן אנגעבראכן אינגאנצן אנגעגאסן ס’איז געפלויגן אין די לופט, די וויין איז געווען אפן די באטל האט געטראסקעט ס’איז צובראכן און צושאסן ּּּּּּּכ׳האב געטרינקען נאך א קאפּ קיינער דארף נישט לאזן איך שיכור קיינמאל נישט כ’לויף ארום צומישט כ’שטעל מיך אויפן טיש און איך טייל א האג א קוש צופליקט כ׳בין צורידערט כ’לאז וויסען מיט גערודער ווי איך האב דיך ליב מיין ברודער …ווי איך האב דיך ליב הא הא

אויפן טיש א גרויסע פאס מיינע ליפּן מאך מיר נאס און גיס מיך אָן א כוס

מיינע אויגן שרעקליך רויט כ׳קען נישט קוקן גראד איך פיל העכער ווי לוט

…אויפן טיש א גרויסע פאס …מיינע אויגן שרעקליך רויט איך פיל העכער ווי לוט !אויפן טיש א גרויסע פאס

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:

CUSTOMER REVIEWS Add Your Comment

error: Content is protected !!