צוויי קיעלעך
אידן, אידן, מיין ליבע פאָלק ישראל וואו דו גייסט, וואו דו שטייסט, איבעראָל אויב דו ווילסט אויפגעבן חלילה שפּירסטו צום הימל קוק נאָר ארויף אידן, אידן, מיין ליבער פאָלק ישראל וואו דו ביסט, וואָס דו טוסט, אלעמאָל ווען דיין האָפענונג חלילה שוין פאַרלירסטו ניין, ניין, געב נישט אויףווייל אַ איד טאָר קיינמאָל נישט אויפגעבן מיט אַ שטראַל פון האָפענונג נאָר לעבן מיט יעדן פּראָבלעם פאַרלאָז דיך נאָר אויף אים פאַרגעס נישט אז דו ביסט אַ איד און אַ איד טאָר קיינמאָל נישט אויפגעבן מיט אַ שׁטראַל פון האָפענונג נאָר לעבן מיט יעדן פּראָבלעם פאַרלאָז דיך נאָר אויף אים וועסטו זען אז ס’וועט זיין גוט
קיין סטרעליסק צום צדיק ר’ אורי דער עולם שטורעמט אַ בּרית פאַר זיין קינד דער צדיק מאַכט ער די סעודה נעבעך אזוי פאַראָרעמט א טישטוך מיט צוויי ארעמע לייכטער דעם צדיק ר’ אורי פרעגט ר’ לייב מימעלעס פון וואו לעבט דער רבי? אפשר העלפן דערצו וועל איך פּרנסה, זאָגט ר’ אורי, פון הימל איז כ’האָב בּרוך השׁם צוויי גוטע קיעלעך
צומאָרגנס הייסט ר’ לייבּ פאַר זיין רביצין: אזוי וויל איך פון היינט מאָל אָן ביי ר’ אורי קויפן מילך זי שרייט: קיין קיען קיינמאָל נישט געהאַט ר’ לייבּ לויפט צוריק פרעגן פּשט ר’ אורי זאָגט: מיין קיעלע כּי הם חיינו די צוויי קיען זענען א דבר רוחני איין כּי, כּי בו ישמח לבּינו און די צווייטע, כּי בּשם קדשו בּטחנו
ווייל אַ איד טאָר קיינמאָל נישט אויפגעבּן מיט אַ שטראַל פון האָפענונג נאָר לעבּן מיט יעדן פּראָבּלעם פאַרלאָז דיך נאָר אויף אים פאַרגעס נישט אז דו ביסט אַ איד און אַ איד טאָר קיינמאָל נישט אויפגעבן מיט אַ שטראל פון האָפענונג נאָר לעבן מיט יעדן פּראָבלעם פאַרלאָז דיך נאָר אויף אים וועסטו זען אַז ס’וועט זיין גוט !קיינמאָל געבּ נישט אויף
ווייל אַ איד טאָר קיינמאָל נישט אויפגעבן מיט אַ שטראַל פון האָפענונג נאָר לעבן מיט יעדן פּראָבלעם פאַרלאָז דיך נאָר אויף אים פאַרגעס נישט אַז דו ביסט אַ איד און אַ איד טאָר קיינמאָל נישט אויפגעבן מיט אַ שטראַל פון האָפענונג נאָר לעבן מיט יעדן פּראָבלעם פאַרלאָז דיך נאָר אויף אים וועסטו זען אז ס’וועט זיין גוט
אין אין לנו על מי להישען נאָר אויפן טאַטען דעם געטרייען אידעלע לאַן דיך נאָר אָן על אבינו שבּשמים אין אין לנו על מי להישען נאָר אויפן טאַטען דעם געטרייען אידעלע לאַן דיך נאָר אָן על אבינו שבּשמים !ווייל אַ איד טאָר קיינמאָל נישט אויפגעבן
מאמע
אין 1943, די טאטע שוין אוועק געפירט אין מונקאטאבער] יעצט נעבעך איז געקומען די רייע אויף די קינדער און די ווייבער א דערשראקענע מאמע אויף די גאס אין קראקע שפּאצירט זי דעם קליינעם משה’לע, צום גרויסן בארטן פירט זי מיט די לעצטע שיף אפּצושיקן קיין ארץ ישראל זיין עולה רגל […אפּצוראטעווען איר קליינעם קינד, דעם לעצטן פארבליבענעם שעפעלע, פון די נאצישע נעגלאויף דעם קליינעם שיפעלע דעם האלצערנעם גייט משה’לע ארויף מיט שרעק נאך איימאל מיט ליבשאפט ארומגענומען וואלט זי’נ’אים פאר די שיף פארט אויף אייביג אוועק פון די דייטשן שנעל ער גייט שוין איר הארץ שיקט זי מיט טייער קינד, בלייב מיר געזונט געדענק דו ביסט א איד
אבער ווער וועט זיין מיין מאמע וויינט ער מיט דראמא אז דו לאזט מיך דא איבער אליין ביים בארטן אוי משה’לע, מיין שעפעלע, א נייע מאמע וועסטו האבן אין ארץ ישראל דארטן א מאמע, א מאמע וואס וועט זארגן און בעטן ביים כל יכול זוך איר ווען אנקומען דו גייסט פארגעס נישט ווי דיין נייע מאמע הייסט זי הייסט מאמע רחל
מיט זכרונות פון זיין יוגנט א גאנצע בינטעלע פארט משה’לע א פארקלערטער די שיף אויפ’ן ים ווי א קליינע שווארצע פּינטעלע אלס קלענער און ווייטער ווערט ער אוי די מאמע ביים הארץ רייסט זי מיט די האנט צו דעם שיפעלע ווייזט זי א שטילקייט, די כוואליעס מאכן א קליין גערויש’עלע די לעצטע מאל וואס די מאמע האט געזען איר משה’לע
די קליין שיפעלע פארט און פארט אָן פארהאנקערן נאך דריי א האלב וואכן טוט זי ביים בארטן פון ארץ ישראל אנקערן משה’לע טרעפט דעם ערשטן איד מיט א הדרת פּנים וזקן חתימת און פרעגט אים מיט תמימות “אפשר ווייסט איר וואו איז מיין מאמע רחל” יא מיין קינד” ענטפערט דער איד” דארט ווייט קוק צו” “אינמיטן וועג אין בית לחם, די מאמע רחל ליגט זי משה’לע מיט שנעלע טריט, מיט א צובראכן הארץ ווייעדיג גייט אריין אין קבר רחל, קיינער איז נישט דארט ס’איז שטיל, ס’איז ליידיג ער קוקט אהין ער קוקט אהער און מיט א טרער
איינער, איינער אליין אזוי יונג און קליין ביים מאמע רחל שטיין איינער עלנד אליין אומשולדיג ריין שרייט ער מיט געוויין
אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע ?וואו ביסטו מיין מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע ?וואו ביסטו מיין מאמע
וויינ’זשע מאמע, וויינ’זשע מאמע, מאמע רחל דא שטייט פאר דיר משה’לע דיין טייער קינד וויינ’זשע מאמע, וויינ’זשע מאמע, מאמע רחל קוק ווי מיין הייסע טרערעלעך רינט זאג’זשע מיר מאמע, זאג’זשע מאמע, מאמע רחל וואו געפינט זיך מיין עכטע מאמע, אויף וועלכען ארט דאס מאל זאג’זשע מאמע, זאג’זשע מאמע, מאמע רחל צי האט זי פארגעסן פון משה’לע איר יתומ’ל
אוי מיין קינד, דיין מאמע יעצט נעבן מיר דא ביים כסא הכבוד שטייט זי זי וויינט און איך וויין מיט מיט איר דא פאר דיינעטוועגן שרייט זי אוי משה’לע מיין קינד איך בענק נאך אים און איך באוויין אים בקרוב אינגיכן וועל איך דיר טרעפן מיט משיח’ן מיט מאמע רחל אינאיינעם
ואני בבואי מפּדן פארטריבן פון נבוזראדן מיט ווייטאג און מיט ליידן קיין בית לחם וועלן זיי גיין מיט זייערע ווייען און פאר דיר שרייען
אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי מאמע ?וואס שלאפסטו אונזער מאמע
וויינ’זשע מאמע, וויינ’זשע מאמע, מאמע רחל רחל מבכה על בניה וויינ’זשע מאמע, וויינ’זשע מאמע, מאמע רחל מאנה להנחם
ווי קען א מאמע צוקוקן דעם גרויסן צער פון אירע קינדערלעך אירע שאף קום ארויס פון דיין באהעלטעניש דערפאר שטיי אויף פון דיין לאנגן שלאף אוי מאמע, וויין מאמע דער באשעפער טוט דיין קול צוהערן מנעי קולך אין דעם זכות טאקע אזוי וועל איך מיינע קינדערלעך צוריקקערן
אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אט אט טרעפן מיר דיך יא יא אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אם הבנים שמחה הללוקה !הללוקה
קרוב השם
קומט א איד’ל און ער וויינט צום הייליגן לובלינער הייליגער רבי, וויפיל נאך צו דעם פּיין נישט קיין נחת, נישט געזונט, א קנאפּער פארדינער אוי רבי, דו זאלסט פאר מיר מתפּלל זיין דער חוזה קוקט אים אָן, ביי וועמען זאל איך בעטן אויב ווילסטו צום באשעפער, וואס דארפסטו די תפילות מיין קענסט אליין מתפּלל זיין, איך דארף דיר נישט פארטרעטן דו ביסט’עך אויך זיין קינד, ער איז אויך דער טאטע דייןדער באשעפער איז נאנט צו דיר פּונקט ווי ער איז נאנט צו מיר דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים אונז האמיר א טאטע איין נו שריי’זשע דו אליין דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס ווייל דער טאטע הערט דיך אויס דער טאטע הערט דיך אויס דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס ווייל דער טאטע אין הימל הערט דיך אויס
אוי דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס ווייל דער טאטע הערט דיך אויס דער טאטע הערט דיך אויס דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס דער טאטע אין הימל הערט דיך אויס
….אהההה
קרוב, קרוב השם לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת קרוב, קרוב השם לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת
קרוב, קרוב, קרוב השם לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת קרוב, קרוב השם לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת רצון, רצון, רצון יראיו יעשה ואת שועתם ישמע רצון, רצון, רצון יראיו יעשה ואת שועתם ישמע אוי דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס ווייל דער טאטע הערט דיך אויס דער טאטע הערט דיך אויס דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס דער טאטע אין הימל הערט דיך אויס
דו דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס ווייל דער טאטע הערט דיך אויס דער טאטע הערט דיך אויס דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס דער טאטע אין הימל הערט דיך אויס
ער הערט דיך אויס… ער הערט דיך אויס ער הערט דיך אויס… ער הערט דיך אויס ער הערט דיך אויס… ער הערט דיך אויס ער הערט דיך אויס… ער הערט דיך אויס
דו בעט און בעט ווייל דיין טאטע הערט דיך אויס ווייל דיין טאטע הערט דיך אויס דער טאטע הערט דיך אויס דו בעט און בעט ווייל דיין טאטע הערט דיך אויס דיין טאטע אין הימל הערט דיך אויס
דו בעט און בעט ווייל דיין טאטע הערט דיך אויס דיין טאטע הערט דיך אויס דיין טאטע הערט דיך אויס דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס דיין טאטע אין הימל הערט דיך אויס
דער שידוך
אין די שטאט שׁרעבּ חידושים שרייבט דער הייליגער צדיק פון די גרעסטע נעמען זיין נאמען מאכט א רעש דער הייליגער רש”ש תורה וגדולה מיט טאשן פולע א שם דבר אין גאנץ יעמען א רבי מתוק מדבש מיט חכמה און מיטן טאשווען די רייע צוגייט שטייט א איד א יעמענייט און בעט זיך ביים רבי’ן וואס בארגט און לייט רבי, דער מצב איז געדריקט” “כ’האב קיינמאל נישט גענוג זאגט דער רבי, “איך פרעג נישט וואס און ווען קום איך וועל דיר בארגן אויב נישט איך ווער דען געב עס מיר נאר צוריק “אין דריי מאנאטן דאנערשטיג
אונטערן שלאק מיט א נייעם האק טאק, טאק, טאק, אזוי געשמאק פול מיט שיך א גאנצע זאק שטייט דער שוסטער מיט א נייע פראק מער נישט א שלאך א העמד אָן א לאך יעדע וואך ווערט שטערקער דאס גראך פון פרישע לעדער, נאך און נאך אויך מנדב אין שול די שמן זית זך
ס’דורך א מאנאט און נאך א מאנאט דעם שוסטערס ווארט איז אקוראט שפּירט זיך ווי א העלד ער האט דאס גאנצע געלט ער לאזט איבער דעם שוק ס’איז היינט דאנערשטיג לויפט צום טיר פון גרויסן מנהיג הייליגער רש”ש” “מיין חוב שוין אפּוואש
דער הייליגער איד שפּירט’עך נישט קיין גליד זיין קאפּ אין די גמרא וואו די שכינה רוהט ווייזט מיט די האנט און דער שוסטער שנעל ער שפּאנט דער צדיק אָן א משרת נעמט אָן די שטרות באהאלט עס שנעל צווישן די גמרות שכח” ער אויסרופט” און אין די גמרא זיך פארטיפט
איין שיינעם טאג דער רש”ש זיך דערמאנט דער שוסטער איז מיר שולדיג געלט און שלעפּט מיר ביז היינט גיך ער לויפט אליין צו דעם שוסטער אינדערהיים “געב מיר מיין געלט, באצאל דעם חוב”
“רבי, כ’האב שוין לאנג דיר אפּגעגעבן דאס געלט” “ניין, דו האסט מיך נישט געגעבן דאס געלט” רבי, כ’האב שוין לאנג דיר אפּגעגעבן דאס געלט ניין, דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט רבי, כ’האב שוין לאנג דיר אפּגעגעבן דאס געלט ניין, ניין, דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט רבי, כ’האב שוין לאנג דיר אפּגעגעבן דאס געלט ניין, ניין, ניין, דו האסט מיר נישט געגעבן דאס געלט יא, כ’האב שוין געגעבן דאס געלט ניין, דו האסט נישט געגעבן דאס געלט געב צירוק דאס געלט דעם רבי’ן דער רבי זאגט נישט קיין ליגנט געב שוין אפּ דאס געלט דעם רבי’ן דער רבי זאגט נישט קיין ליגנט !געב צירוק דאס געעעלט
…ס’איז גרויסע בושות
עס שמעקט שוין נישט פון לעדער ערגעץ אנדערש גייט שוין יעדער ווייל דער רש”ש זאגט זיכער דעם אמת קינדער אין שידוכים אין דותן קען מען זוכן ווייל פארשמוצט נעבעך דער שם איז דער שוסטער וויל צאלן גערן אנשטאט די טרוקענע טרערן (אבער א נאמען קען מען נישט צוריק קויפן (ס’איז דערנאך די בושה שוין איך נעם עס אבער כאטש דעם אמת זאל איך קענען אויפווייזן אויף עפּעס אַן אופן באשעפער אין הימל, האסטו אפשר אַן אופן אוי באשעפער אין הימל, האסטו אפשר אַן אופן אוי באשעפער אין הימל, האסטו אפשר אַן אופן
ויהי היום דער הייליגער רש”ש איז זיך מפלפּל מיט די שיירא מען שלעפּט אראפּ א שולחן ערוך און מען ברענגט ארויס א גמרא מישנדיג די בלעטער בלאט נאך בלאט הייבט זיך אָן, ס’איז גרויסע צרות איך זע כ’האב א טעות געהאט” דא ליגן אלע שטרות וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער ביי זיך אין שטוב גאר בלאס ער גייט קוים אויף די גאס וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער זעסט מיין אויגן איז נאס כ’על צאלן יעדע פּרייז וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער וואו, וואו, וואו איז דער שוסטער זיי מיר מוחל שוין איך געב דיר כל הון איך בעט דיך ליבליכער שוסטער איך בעט דיך טייערע שוסטער דעם שוסטערס אויגן איז נאס “ס’העלפט נישט קיין פּרייז
“איך קען נישט רבי, כ’קען נישט”
כ’וועל מודיע זיין די גאנצע גאס” “אז דו ביסט ריין ווייס
“רבי, כ’קען נישט, כ’בין פארשמוצט איבעראל”
כ’וועל האלטן א שיעור לכל עדת” “ס’איז א טעות געווען די גאנצע כעס
רבי, ס’איז דערנאך” מיין נאמען איז אש שווערער ווי א יאך כ’האב נישט באצאלט דעם רש”ש ס’איז ביטער ווי א גאל מיין זון איז גארנישט יונג מ’זוכט שוין איבעראל “שידוכים איז נישט גרינג
אויב אזוי הער דו מיך אויס” איך האב א טאכטער א טייערע רויז איך געב איר אהין דיין זון צו בויען א הויז “?צי ביסטו מיר מוחל בלב שלם
“אזוי? בין איך זיכער מוחל”
!מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב
אין די שטאט שרעבּ א נייע מאן און ווייב קיינער מער ליצנות טרייבט דער גדול פון שטאט מיטן שוסטער פּשוט און גראד דער הייליגער רש”ש האט געמאכט א רעש און אזוי געוויזן לכל אנ”ש וויבאלד איך האב אים פארשעמט אלס א מחותן נעם איך אים
דער צמח צדק
חברה קומטס אלע נענטער, חברה קומטס אלע אהער דא …דער צמח צדק האט אזוי געזאגט …נו, וואס האט ער געזאגטאמר רבי עקיבא, אמר, אמר, אמר וואס זאגט רבי עקיבא, אמר, אמר, אמר ואהבת לרעך לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה אמר רבי עקיבא, אמר, אמר, אמר וואס זאגט רבי עקיבא, אמר, אמר, אמר ואהבת לרעך לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה
חברים כל ישראל יעדער אויפאמאל דער צמח צדק האט אזוי פארשפּראכן ליבשאפט צו פארשפּרייטן א שמייכל פאר א צווייטן די טויערן אויבן ווערן אויפגעבראכן חברים כל ישראל יעדער אויפאמאל דער צמח צדק האט אזוי פארשפּראכן ליבשאפט צו פארשפּרייטן א שמייכל פאר א צווייטן די טויערן אויבן ווערן אויפגעבראכן
ברודער’ס פון איין טאטן זענען מיר געטריי מיר זענען זיינע קינדער, בני חביבי יעדער איד פארמאגט א חלק אלקי שטארק אים ווען עס טוט אים וויי א קאמפּלימענט טוט אויף נאר ווען עס קומט פון הארץ א שמייכל פאר א חבר אויף דעם עטס אלע ווארטס אויפלייכטן איינעמס טאג ווען פאר אים איז טונקל שווארץ אלע טויערן עטס אויפשפּארטס
חברים כל ישראל יעדער אויפאמאל דער צמח צדק האט אזוי פארשפּראכן ליבשאפט צו פארשפּרייטן א שמייכל פאר א צווייטן די טויערן אויבן ווערן אויפגעבראכן חברים כל ישראל יעדער אויפאמאל דער צמח צדק האט אזוי פארשפּראכן ליבשאפט צו פארשפּרייטן א שמייכל פאר א צווייטן די טויערן אויבן ווערן אויפגעבראכן
א נקודה׳לע
אינמיטן זינגען ערגעץ וואו אַן איידל איד’ל קומט צו מיר צו אויב מעג איך פרעגן צי איר זענט דער זינגער ר’ מיכאל אַן עלטערער זון האב איך געהאט מ’טראגט אָן ענדליך נאך א לאנגע צייט א שיינעם שידוך פון ארץ ישראל אויסצאלן ביידע זייטן דארף איך עס אוי געוואלד פון וואו פארשאף איך עס אזויפיל הוצאות, אזא גרויסן אפּצאל ווער וועט דא זיין מיין רעטער פּונקט הער איך ווי דו פארציילסט עפּעס א מעשה פון א פעטער מיט א איד וואס איז געווען אין זעלבן מצב ווי מיר , אמאלמיר האבן דאך א טאטע’ן מיינע כוחות קען איך שפּארן” איך דארף אים נישט צו זוכן ווייל ער איז דא מיט מיר ער האט מער פון פעטער, נא וואס פעלט מיר אויס צו פאָרן “לאמיר גיין אנקלאפּן אויפ’ן טאטע’נס טיר
איך קום אהיים, איך שריי איך צאל אויס צדדים צוויי אונז האמיר אין הימל א קל חי דיין מעשה האט געטון דעם שידוך און געברענגט שוין אייניקלעך דריי
איי איי איי טייערע איד’עלע זוך אויף די נקודה’לע א מעשה’לע א ליד’לע טרעף די ווארט וואס דו זעסט דארט א חיזוק פאר דיר חזר עס איין אז דו זאלסט זיין שטארק אויף יעדן ריר אוי טייערע איד’עלע כאפּ אָן איין נקודה’לע פון א מעשה’לע א ליד’לע טרעף די ווארט וואס דו זעסט דארט אַן ענטפער פאר דיר נעם עס אריין אז דו זאלסט זיין א גיבור ווי קיינמאל פריער
א מאמע אָן רופט זי מיט קרעכצן טיפע זיפצט זי מיין קינד שוין אכט יאר אלט וואקט נאכנישט אליין שלעפּט זיך מיט שטעקענעס ער שעמט זיך און אים אפּשרעקן עס אין חדר וויל ער בשום אין אופן נישט גיין איין אינדערפרי איך הער קיין שום געוויין נישט איך גלייב עס אליין נישט איך זע ער שלעפּט זיך צום באס מיט א שמייכל אזוי שיין איך וואונדער מיך, פון וואו נעמט ער פּלוצלינג אזא ברען איך בייג מיך צו און איך הער ווי ער זינגט זיך “איך ווייס אז איך קען “אפילו ס’שווער בין איך שטארקער ווי איך מיין
” דו קענסט, דו קענסט, דו ווייסט אז דו קענסט פון יעדן שווערן קלעם זיך זען ארויס דו קענסט, יא דו קענסט, דו ווייסט אליין דו קענסט “
און זי זאגט: אין טעראפּי ער קריכט אויפ’ן לייטער יעדן טאג מיט א ברען אין חדר גייט ער ער איז שוין בכלל נישט מער דערשראקן מיכאל, דיין ניגון האט געמאכט מיין קינד זאל וועלן וואקן
איי איי איי טייערע אידעלע זוך אויף די נקודה’לע פון א מעשה’לע א ליד’לע טרעף דעם ווארט וואס דו זעסט דארט א חיזוק פאר דיר חזר עס איין אז דו זאלסט זיין שטארק אויף יעדן ריר אוי טייערע איד’עלע כאפּ אָן איין נקודה’לע פון א מעשה’לע א ליד’עלע טרעף דעם ווארט וואס דו זעסט דארט אַן ענטפער פאר דיר נעם עס אריין אז דו זאלסט זיין א גיבור ווי קיינמאל פריער
פון חנה מיט איר חבר’טארין פיל קינדער שוין געבארן עלטערן ארויסגענומען אַן עצה א נייע דעם ספּעציעלן קינד מ’נעמט ארום אוי, ישימך אלקים כשרה כרבקה כרחל ולאה בחורים אָן ישיבות געשפּירט א חשיבות זיך אזויפיל געענדערט בסייעתא דשמיא וויפיל אידן אויף יעדן עק’לע צופרידן געווארן מיט זייער פּעק’לע נאכן הערן דעם רבי ר’ איציק’לס דעה א דרשה א געזאנג א ווערטל א געדאנק דעם חיזוק דיינעם פאנג דאס קען דיר העלפן אויף יארן לאנג
איי איי איי טייערע איד’עלע זוך אויף די נקודה’לע פון א מעשה’לע א ליד’עלע טרעף דעם ווארט וואס דו זעסט דארט א חיזוק פאר דיר חזר עס איין אז דו זאלסט זיין שטארק אויף יעדן ריר אוי טייערע איד’עלע כאפּ אָן איין נקודה’לע פון א מעשה’לע א ליד’לע טרעף דעם ווארט וואס דו זעסט דארט אַן ענטפער פאר דיר נעם עס אריין אז דו זאלסט זיין א גיבור ווי קיינמאל פריער
איי איי איי טייערע אידעלע זוך אויף די נקודה’לע פון א מעשה’לע א ליד’עלע טרעף דעם ווארט וואס דו זעסט דארט א חיזוק פאר דיר חזר עס איין אז דו זאלסט זיין שטארק אויף יעדן ריר אוי טייערע אידעלע כאפּ אָן איין נקודה’לע פון א מעשה’לע א לידעלע טרעף דעם ווארט וואס דו זעסט דארט אַן ענטפער פאר דיר חזר עס איין אז דו זאלסט זיין
דריי קלאפעס
אינעם קופּקע, בלאזט א פּיפּקע פיל מיט שטויב איז שוין פאררויכערט אזא געדרענג, ביים פארברענג די תלמידים זיצן פאר’מוח’עט דער בעל שם טוב זאגט מיט פּשטות יעדענס הארץ אויס וואשט עס גלייבטס מיט א תמימות נאר אין איין גאט יעדע זאך קאנטראלירט ער אלעס פון די וועלט פירט ער יעדעס ריר פון אויבן א קלארע חשבון האטלחיים שטעלט ער, פּלוצלינג מעלדט ער לאמיר שפּאנען פערד און וואגן נאר שווייגן, זיך נישט דערוואגן קיינער זאל קיין ווארט נישט זאגן לאמיר זען וויאזוי א איד ווערט נישט קיינמאל אפּגעבריט פאר זיין אמונה מיט אזא שטארקע קוראזש איז בעל עגלה קוים ער שמייסט דער בעל שם טוב שוין ער ווייזט דא ביים קרעטשמע בלייבט שטיין פרעגטס נישט קיין קשיות
זיי קוקן זיך אין קרעטשמע איין באטראכטן אלעס אזוי פארגאפט שטייט א איד פארקויפט וויין ס’טוט’צעך דארט אזא ווערטשאפט ביז פארנאכט ס’קוים לעכטיג קומט א גוי פארדעכטיגט אויפ’ן טיר ער געט דריי קלאפּעס און ער גייט אוועק די חסידים פארשטייען נישט וואס איז דער איבער-דרייעניש זיי פרעגן נישט קיין איין ווארט זיי קוקן נאר מיט שרעק
נאך א שעה אזויווי פריער און דער גוי איז נאכאמאל צוריק נאך דריי קלאפּעס אויפ’ן טיר ער גייט אוועק ווי אַן אויגן-בליק די חסידים ווארטן מער נישט ווילן אַן ערקלערעניש ר’ איד וואס איז די קלאפּעריי אויב פרעגן מ’קען דיר :דער איד פארציילט אנטציקט דער פּריץ יעדן חודש שיקט דער גוי זאל מיר דערמאנען צו באצאלן דע ארענדער
זעקס אזייגער, אויף זיין שטייגער קומט דער גוי מיט דריי קלאפּעס זעצט ער איך האב גארנישט, נאר בטל’ניש ווארט איך ביז דער רגע דער לעצטער נאך א שעה זיבן אזייגער קומט דער גוי ווי א צולייגער גיט נאך דריי קלאפּעס א דערמאנונג איך מוז דעם פּריץ שוין באצאלן כסף מנלן פון וואו נעם איך דעס געלט איך האב נישט קיין אנונג
אכט אזייגער, פול מיט נייגער די חסידים יעדער שטוינט ס’קומט דער גוי, און וויאזוי איז דער איד גוט געלוינט זיי הערן שוין מיטאמאל דער גוי קלאפּט א דריטער מאל דער איד לאזט זיך ארויס צום פּריץ אויפ’ן וועג זיי פרעגן האסטו כאטש א ראניש אזא תמים זיכער זיי נישט דער איד זאגט: איך האב גארנישט, בעסער נישט פרעג
:ס’ווערט שוין שפּעט, דער בעל שם טוב בעט לאמיר אלע נאכגיין דעם אידל’ן אביסל זען, וואס איז געשען וויאזוי דער פּריץ טוט אים באזידלען זיי זעען ווי ער גייט געמיטליך אזוי רואיג אפּעטיטלעך פּלוצלינג שטעלט זיך אפּ א פרעמדער סוחר נעבן אים ער בעט אים עפּעס: ניין, פאַרשפּיל נישט דער איד ווייזט אים, ניין איך וויל נישט און ער גייט צום פּריץ ווייטער איינגענעם
די חסידים אויפפּאסן ווי דער איד שטייט שוין ביים שוועל ביז’ן פּריץ הויז קוים צוויי גאסן דער סוחר קומט צוריק שנעל זיי שמועסן מאדנע אינטערעסאנט זיי געבן זיך גלייך די האנט און דער איד גייט צום פּריץ אריין מיט א פּשוטע תמימות אויסגעצאלט דעם גאנצן סכום איז די חסידים פרעגן אים וויאזוי קען דאס זיין
זאגט דער איד: הערטס מיך אויס כ’וואלט אפילו נישט געבארגט ביים שכן פון די קרעטשמע נאר ארויס מיט אמונה און בטחון אינמיטן וועג אויפ’ן גאס קומט א סוחר מיט א פּרייז ער דארף א ספּעשל וויין זייער אומגעדולדיג איך זאג אים, ניין בשום אופן איך קען עס נאר פארקויפן אויב ער באצאלט די גאנצע געלט וואס איך בין דעם פּריץ שולדיג
דער סוחר טענה’ט: זאג פון וואנעט זאל איך דאס באווייזן ביים שמש מאטל, קאסט א באטל אסאך בעסערע פּרייזן אוועק פון מיר ס’נישט קיין חילוק זאל ער גיין זוכן ביליג נאך אפּאר מינוט קומט צוריק דער זעלבער סוחר דיין ברוינפן איז דאך אזוי ספּעשל כ’וויל נאר קויפן דיין פלעשל אפילו כ’דארף באצאלן א פּרייז א הויכער
נישט נאר דאס, אָן פארוואס ער זאגט בשמחה רבה אויף א גאנצע יאר אויס, צאל איך פאָר אויס דא האסטו דיין איינגאבע די גאנצע געלט ארויס געשלעפּט געבליבן שטיין אזוי געפלעפּט ישועת השם כהרף עין דעם פּריץ גלייך אהין דערלאנגט דאס געלט וואס האט צו אים באלאנגט פרעג איך ענק, דאגה, (דאגה! דאגה! דאגה!) דאגה מנין
דער בעל שם טוב גלייך ער זאגט (!מודה זיין אוודאי יא מען מוז (אוודאי א איד וואס ער האט פארמאגט אמונה מיט אזא התרוממות פארלאזט זיך נאר אין אלע צייטן מיר האבן אזא גרויסן טאטן די הענט אויף ארויף אין עוד מלבדו פון אויבן טוט מען גלייך באשטימען אלעס זאל צו אים אנקומען אלעס גוטס ער האט כל ימי חיי …כל ימי חיי
נאפאליאן
נאפּאליאן דער קעניג אין וואלד ער שפּאצירט א שווערן טאג געווען אינעם קריג געווינען דעם מלחמה ער שטודירט זיין מח צו בארואיגן דאגות אוועק יאגן שפּאצירט ער נעבן וואסער נעבן קוואל פּלוצלינג הערט ער א פידל שפּילט א הערליכן פאל ויפקד המלך: זוכטס אים אויף, ברענגטס מיר דעם מוזיקאנט מ’זוכט ביז ס’איז קלאר א פּאסטוכער גאר דאס איז ער מיטן טאלאנט דו שפּילסט’עך אזוי שיין תנועה’לעך מלא חן נאפּאליאן דער קעניג אים ער הייסט פון היינט און ווייטער שפּילן פאר מיר דו גייסטאיך בין דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט וואס איך וויל באפעל איך אלעם גוטן וועל איך ווייל איך בין דער מלך איך בין דער קעניג פון די וועלט דער קעניג פון די וועלט די וועלט’ס וועג-ווייזער פּראבלעמענ’ס אויסלייזער ווייל איך בין דער קיסר דער קעניג פון די וועלט
דעם קעניג’ס באפעל פאלגט דער פּאסטוך ערליך מיטן גאנצן הארץ און זעל, כאטש אמאל שווערליך יעדעס מאל ער מאכט גרייט דעם פידל אין זיין האנט דעם קעניג’ס הארץ צוגייט, פארגעסט פון אלע זיינע פיינט ער זאגט אים, איך קען קוים ווארטן אויף דיר שוין מארגן .ווען דו וועסט קומען שפּילן, אוועקנעמען מיינע זארגן אוי איין טאג א יאמערליך געשריי, ויצעק ער בייזערט זיך אויפ’ן פּאסטוך, א שטרענגען פּסק א מורד במלכות, שרייט ער אים אָן גאר היציג ווי שעמסט’עך נישט צו קומען אנגעטון שמוציג צי ווייסטו נישט ווער איך בין, נאפּאליאן דער העלד נאך אביסל בין איך דער קעניג פון די גאנצע וועלט
איך בין דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט וואס איך וויל באפעל איך אלעם גוטן וועל איך ווייל איך בין דער מלך איך בין דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט די וועלט’ס וועג-ווייזער פּראבלעמען אויסלייזער ווייל איך בין דער קיסר דער קעניג פון די וועלט
אדוני המלך, בעט ער מיט פארשטאנד, הער דיך נאר איין דו האסט מיר גענומען אלס מוזיקאנט, צו מיר טוסטו גוט פאשטיין די וועג וויאזוי איך שפיל אזא הארץ מיט געפיל דערפאר האסטו מיך יעדן טאג געדינגען איז אויב דאס איז דיין ציל דארפסטו אויך מיינע שוואכקייטן שלינגען טייערע אידן, הערט זיך איין, אט אזוי האט געטון מיט א משל’ע געגעבן צו פארשטיין, דער הייליגער רבי פון לובלין יעדער איד טוט אפּ פּראווענען דריי מאל א טאג דאווענען צום טאטן אבינו שבשמים דער קעניג פון די גאנצע וועלט, מלך חי וקים
דער קעניג פון דער וועלט די קעניג פון דער וועלט דער מלך מלכי המלכים לנצח נצחים דער קעניג פון דער וועלט אוי אוי דער קעניג פון דער וועלט אוי דער קעניג פון די וועלט די וועלט’ס וועג-ווייזער דער פראבלעמענ’ס אויסלייזער ווייל ער איז דער קיסר דער קעניג פון די וועלט
שרייט דער רבי: טייערער איד דער באשעפער וויל הערן פון דיר דיין תפילה, דיין ליד בחר בנו מכל העמים מיינט מען דיר נישטא אזא זאך אז אויף א תפילה זאל מען פארמאכן די טיר און וויבאלד פון די גאנצע וועלט וויל ער מיר אידן זאלן אים לויבן וועט ער אונזערע תפילות אננעמען ווייל זיי זענען דערהויבן ווייל קיין איין תפילה טוט ער נישט אוועק ווארפן קיינמאל טראכט ביי דיר, מיינע תפילות טוט ער נישט דארפן דערפאר אין וועלכע מצב דו ביסט רעד צו אים ווייל ער ווארט א גאנצן טאג נאר אויף דעם לשמוע אל הרינה ואל התפילה לאמיר בעטן צו אים אויף די גאולה
פון דעם קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט דער מלך מלכי המלכים לנצח נצחים דער קעניג פון דער וועלט פון דעם קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון די וועלט די וועלט’ס וועג-ווייזער פראבלעמען אויסלייזער ווייל ער איז דער קיסר דער קעניג פון דער וועלט
לא להתייאש
הקדוש ברוך הוא מבקש לא לא לא להתייאש הקדוש ברוך הוא מבקש לא לא לא להתייאשהקדוש ברוך הוא מבקש לא לא לא להתייאש הקדוש ברוך הוא מבקש לא לא לא להתייאש
לא לא לא להתייאש לא לא לא להתייאש הקדוש ברוך הוא מבקש לא לא לא להתייאש
לא לא לא להתייאש לא לא לא להתייאש הקדוש ברוך הוא מבקש לא לא לא להתייאש
יאוש איז נישט פארהאן ס’איז אייביג דא א שיין מיט שמחה נאר אנגיין ווייל אלעס קענסטו מתקן זיין יאוש איז נישט פארהאן ס’איז אייביג דא א שיין מיט שמחה נאר אנגיין ווייל אלעס קענסטו מתקן זיין
דער טאטע אין הימל בעט לא לא לא זיי דיך נישט מייאש אונז קינדער טוען וואס טאטי בעט לא לא להתייאש די גרעסטע זאך איז טון וואס ער בעט לא לא לא להתייאש אלעמאל וואס ער בעט זיי דיך נישט מייאש, זיי דיך נישט מייאש
….לא לא לא
יאוש איז נישט פארהאן ס’איז אייביג דא א פלאן עס וועט דיר נאך גוט זיין !בזכות רבינו נחמן מאומן
יואלי
מיט טרויער איינגעהילט מ’דערמאנט זיך יענעם בילד די גאס איז פול, יעדענ’ס הארץ פארשטילט א טרויער אויפ’ן פּנים אויסגעשפּרייט צום לעצטן מאל מ’באגלייט .א חבר אזוי יונג פון די וועלט האט זיך געשיידט נישטא די טינט צו באשרייבן די געוויין פון יענעם מאמענט די צער ס’שפּירט זיך, ס’וויינען מיט די ווענט צובראכענע פריינט מ’באגעגענט א ווייטאג אין די גאנצע געגענט פון א נאנטע חבר די וועלט זיך אפּגעזעגנטדער נאמען יואלי בראך איבעראל געווען באקאנט ביי יעדע שמחה מיט זיין פייפער’ל אין די האנט פילע חולים משמח געווען די שמייכל וואס מ’האט ביי אים געזען מיט א זעלטענע שטארקייט נישט קיין חילוק וואס איז נאר געשען אין יעדן מצב א קוואל פון חיזוק געווען דו ביסט פאר צובראכענע מענטשן אסאך געשפּילט האסטו אומזיסט באהאלטן געטון חסד אָן א שיעור קיינמאל נישט געלאזט קיין שפּיר דיינע גוטע מעשים געהאלטן שטיל ביי דיר
עס קוקט אויס ווי א חלום נישט לאנג צוריק מיט דיר נאך געשמועסט היינט זאגט מען שוין ליידער עליו השלום הייסע טרערן עס פליסט דיינע זיסע שטיקלעך אזוי באטעמט יארן לאנג וועט מען דאס געדענקן מ’שפּילט עס נאך אפילו היינט יואלי, ווען מ’הערט עס מ’טוט זיך בענקן
יואלי וואו ביסטו יואלי וואו ביסטו אפילו אין די לעצטע טעג שוואך געפילט פאר חתן כלה נאך אלץ געשפּילט מיר האבן פּראבירט צו איינרייסן פאר דיין רפואה יואלי בן גיטל יואלי וואו ביסטו מיט א ווינט, מיט שטורעם יואלי אזוי אינג ארויף במרום על אלה אני בוכיה ….על אלה אני בוכיה
אין זכרון ביסטו טעגליך מיר וועלן נישט פארגעסן דיין נאמען מיר טוען וואס איז מעגליך לטובת דיין נשמה דיין שמייכעלע אזוי בא’חנ’ט ס’האט פאר יעדן פיל געמיינט .אוי… דאס הארץ עס וויינט אוי אידעלע הער מיך צו שמע בקולי און קלעם חלילה ביסטו, דערמאן זיך נאר אין יואלי כאטש ער האט ביטער מיטגעמאכט ביי אים געווען טינקל ווי די נאכט קיינמאל אויפגעגעבן נישט געווארן אפּגעשוואכט
אפילו ס’איז נישט גרינג דו מאכסט מיט שוועריקייטן שטרענג זיך אָן פארט, זאג א גוט ווארט פאר א צווייטן כאטש דו האסט דאגות אייגן א שמייכל פאר דיין חבר טו צייגן .פון א שמייכעלע מ’קען קיינמאל דערלייגן פון היינט און ווייטער דו שפּירסט דו מאכסט מיט א גהינום זיי נאר געטריי, געב א דערפריי יענעם דו מיינסט ס’איז א קליינע זאך אין הימל טוט עס אויף גאר אסאך ס’אל זיין אין זכות פון אונזער חבר יואלי בראך
פון יואלי’ס שטארקייט לערן דיר ווען שווערע צייטן עס ווערן דיר דו האסט פיל צרות וואס שטערן דיר האלט זיך שטארק פעלזן פעסט דערמאן דיך אין יואלי’ס גבורות א מוסר השכל דו אליינס שפּיר עס דו מיינסט גייסט דורך צרות צרורות נאר אזוי וועסטו דורכגיין דעם שווער’ן פארמעסט
יואלי וואו ביסטו יואלי וואו ביסטו ווען דו ביסט ארויף דארט אין הימל יואלי, איז געווארן א רעש א טימל דוד המלך מיט זיין פידל האט דיך ווארעם אויפגענומען יואלי דא ביסטו יואלי דא ביסטו ער רופט זיך אָן: הנה זה בא יואלי, מיט דיין פייפער’ל דו ביסט שוין דא .די ארקעסטרא איז גרייט, משיח קען שוין קומען משיח הנה זה בא !משיח הנה זה בא