Skip to main content

Album: Bas Kol
Artist: CHAIM SHLOMO MAYESZ
Year: 2015
Tracks: 11
Rating:

Track 1
Boruch Hashem
4:36

ברוך השם

אלעס איז פון הימל ברוך ברוך השם אלעס איז פון הימל ברוך השם אלעס איז פון הימל ברוך ברוך השם אלעס איז פון הימל ברוך השם

!ברוך השם! ברוך השם אלעס אלעס איז פון הימל ברוך השם !ברוך השם! ברוך השם אלעס אלעס איז פון הימל ברוך השם

!ברוך השם! ברוך השם אלעס אלעס איז פון הימל ברוך השם !ברוך השם! ברוך השם אלעס אלעס איז פון הימל ברוך השם

דו שטייסט אויף אינדערפרי דו גייסט ארבעטן פרנסה איז דיר שווער ביסט פארדראסן ביסט צושאסן אבער צו מיר הער דו האסט א משפחה אינדערהיים אלע זענען געזינט ….לאמיך הערן די ווערטער, נו, נו, נו, ברוך השם

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 2
Dein Zisah Shmeichel
4:36

דיין זיסע שמייכל

איך בין אין צימער וואו האסט דיין לעבן פארבראכט איך קוק אויף דיין בעט ס’איז געבליבן ליידיג געקומען דיר קישן א גוטע נאכט און ס’באנעמט מיר אינגאנצן ביסט אוועק אויף אייביג געבליבן אליין בין איך אָן דיר מיין קינד מיין הארץ עס ברענט ווען דיין לעכטל איך צינד די נשמה פארפרוירן אבער די אויגן ס’רינט

געווען גרייט דיר אלעס אוועק צוגעבן איך בין נאר נישט געווען גרייט דיר אויפצוגעבן איך גיי נישט די באשעפער קשיות פרעגן איך בין זיכער ער האט זיך זיינע וועגן איך גלייב אז ס’איז דא ליכטיגקייט ביים עק דערווייל אבער זעט אויס ס’איז צו ווייט אוועק אבער גאר קען זיין אפשר אז איך בין בלינד

אסאך מאל שפּיר איך אז איך וועל שוין קיינמאל נישט געווינען אלס איז אויף מיין קאפּ, מיין פיס ברעכט אינטער אסאך מאל זעט אויס אז די זון וועט מער נישט ארויסקומען און מיין וועלט וועט שוין אייביג זיין ווינטער אסאך מאל אינמיטן נאכט שטיי איך אויף און שריי דיין נאמען צו וואו ביסטו אוועק מיין הארץ טוט בענקן פּלוצלינג נישט געדאכט איך זע א שמייכל אויף דיין פּנים און רואיגקייט טוסטו מיר שענקן דיין זיסע שמייכל וועל איך אלץ געדענקן

די שטורעם צופרי געט מיר א דערוועק איך קוק ווי די פענסטער איז פון רעגן פארוואלקענט איך טרעף נישט קיין סיבה ארויסצוגיין פון בעט צו לעבן ווייטער און געהעריג אויף ווען איך קוק ארויף אויף דיין בילד אויפ’ן וואנט כ’שפּיר ווי דו כאפּסט מיר אָן ביים האנט דערמאנסט מיר די ווערטער וואס איך פלעג דיר אלץ זאגן

ווי מער טינקעלער די וועלט איז אלס ליכטיגער שיינען די שטערן אז מען וויל א שיינע הויעכע בוים מען מיז אנזייען אראפּ אין ערד מיט טרערן א זוניגע טאג וואלט נישט שיין געווען פארוואלקענטע טעג וואלט מען נישט געזען האב נישט מורא פון שאטן ס’איז א סימן נישט ווייט טוט טאגן

יא די ווערטער פלעג איך דיר זאגן ווען אין שפּיטאל פלעגסטו דיך פּלאגן ס’האט דיך כח געגעבן אויף ווייטער צו לעבן און זיך שלאגן

אסאך מאל שפּיר איך אז איך וועל שוין קיינמאל נישט געווינען אלס איז אויף מיין קאפּ, מיין פיס ברעכט אינטער אסאך מאל זעט אויס אז די זון וועט מער נישט ארויסקומען און מיין וועלט וועט שוין אייביג זיין ווינטער אסאך מאל אינמיטן נאכט שטיי איך אויף און שריי דיין נאמען צו וואו ביסטו אוועק מיין הארץ טוט בענקן פּלוצלינג נישט געדאכט זע איך א שמייכל אויף דיין פּנים און רואיגקייט טוסטו מיר שענקן דיין זיסע שמייכל וועל איך אלץ געדענקן …דיין זיסע שמייכל וועל איך אלץ געדענקן

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 3
Mazel Tov
4:36

מזל טוב

מזל טוב חתן כלה מזל טוב פון אונז אלע מזל טוב חתן כלה מזל טוב פון אונז אלע

אויף די פנים’ער פון קהל זעט זיך אן א שמחה פרייד אן א צאל מען וויל שוין טאנצן נאכאמאל, יא כ’וויל רעדן איין מינוט כ’בעט אנטשולדיגט פון דעם קהל חתן זאלסט געדענקן אז היינט בעט אויס ס’איז אויף ריכטיג א צייט

ס’איז אין לשער ווי טייער ס’איז דעם יום החופה ניץ אויס דעם מינוט, חתן איינמאל דו טוסט דאס פארשטיין לאמיר טאנצן גיין

מזל טוב חתן כלה מזל טוב פון אונז אלע מזל טוב חתן כלה מזל טוב פון אונז אלע

פלוצלינג אין איין סקונדע טאנצן אלע אויף פיל מיט ענערגיע און מען פאנגט אן א רקודה די גאנצע זאל איז אויף רעדער יעדעמ’ס הערצער שפרינגט ארויס פון פרייד די רינגל גייט ארום געדרייט ביז מ’ווערט אינגאנצן צודרייט איך קען זיך דרייען פרייליכערהייט די חתן שטראלט ווי די זון אליין מיט די טאטע אינדערמיטן טאנצט ער קוק ווי שיין טרערן פון פרייד טוט זיך פון זיי גיסן אזוי סאך יארן דורך שנעל געלאפן און ביזדערווייל די עולם טאנצט די מוזיק האקט, די שמחה גלאנצט קול מצהלות חתנים מען טאנצט מען שפרינגט עד לב שמים

מזל טוב חתן כלה מזל טוב פון אונז אלע מזל טוב חתן כלה מזל טוב פון אונז אלע

חתן ס’איז היינט א גרויסע טאג דו ווייסט בעט דיך אויס, ניץ אויס דעם געלעגענהייט חתן איך וויל דיר בענטשן א גליקליכען לעבן און אלעס וואס דו בעטסט זאל דיך דער באשעפער געבן

מזל טוב חתן כלה מזל טוב פון אונז אלע מזל טוב חתן כלה מזל טוב פון אונז אלע

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 4
Luz Es Gein
4:36

לאז עס גיין

זאג א תפילה, א קפּיטל תהילים אפילו פּשוט’ערהייט, יא ער פארשטייט טיף אטעם, שטיל ווי א שאטן די הענט פארלייגט פון רואיגקייט מאך צו די אויגן, אין וואלד אליין אוועק געפלויגן פון גאנצן מענטשהייט

לאז עס גיין, די ציטער די טרער, די קרעכטץ, די שווער געוויין הארט ווי א שטיין, בלוטיגט וואש עס אפּ אראפּ לאז עס צוגיין ס’איז גרינגער ווען ס’איז ריין

ס’ווערט נישט גרינג, נחת געזונט דאגות פּרנסה, פראגע’ס ס’קומט די פּעקעלע שווער, איך קען שוין נישט מער זאג וואס וועט זיין, וואס איז די פלאן מאך צו די אויגן, אין וואלד אליין אוועק געפלויגן פון גאנצן מענטשהייט

לאז עס גיין, די ציטער די טרער, די קרעכטץ, די שווער געוויין הארט ווי א שטיין, בלוטיגט וואש עס אפּ אראפּ לאז עס צוגיין ס’איז גרינגער ווען ס’איז ריין

ווען דו וועסט זיך אליין מוחל זיין אלעס ביז נעכטן אויסמעקן די וואג האלט דיך אפּ קומען ווייטער גיין נאר דו אליין קענסט די עתיד פארעכטן די חלום אויפוועקן די קייטלעך צוברעכן

לאז עס גיין, די ציטער די טרער, די קרעכטץ, די שווער געוויין הארט ווי א שטיין, בלוטיגט וואש עס אפּ אראפּ אראפּ לאז עס צוגיין ס’איז גרינגער ווען ס’איז ריין

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 5
Lo Al Enosh
4:36

לא על אנש

לא לא על אנש רחיצנא ולא על בר אלהין סמיכנא אלא באלהא דשמיא דהוא אלהא קשוט לא לא על אנש רחיצנא ולא על בר אלהין סמיכנא אלא באלהא דשמיא דהוא אלהא קשוט

יהא רעוא קדמך דתפתך לבאי באוריתא ותשלים משאלין דלבאי ולבא דכל עמך ישראל לטב ולחיין ולשלם יהא רעוא קדמך דתפתך לבאי באוריתא ותשלים משאלין דלבאי ולבא דכל עמך ישראל לטב ולחיין ולשלם

איי איי איי טאטע דיין תורה איך היט ווייל איך האב דיך זייער ליב ותשלים משאלין דלבאי ולבא דכל עמך ישראל לטב ולחיין ולשלם

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 6
Shpigel
4:36

שפיגל

מיט אלעס וואס געשעט די טעג, ווייסטו נישט אויב דו קומסט אדער דו טוסט גיין, דאך, דו מיינסט דו האסט געטראפן דיין וועג, לעבן קענסטע זען אין די שפיגל די אמת

קוק צו מיר ווען איך רעד צו דיר דו קוקסט אויף מיר, אבער איך קוק דורך דיר איך זע די בלוט אין דיין אויג איך זע דיין הארץ, צובראכן שויב איך זע די פיין אין דיין שטאלץ באהאלטן איך זע דו ביסט נישט צופרידן און איך זע קיינעם נאר איינעם כ’זע מיר אליין …כ’טו קוקן אין די

שפיגל אויף די וואנט מיר זענען ווידער צוזאם אין א יעדע שטאנד די ביסט מיין איינציג פריינד דו זאגסט מיר זיי קענען גוט פארשטיין די מענטש איך בין איז פארוואס אונז צוויי רעדן נאכאמאל דא אליין

איך קוק אויף דיר, די אמת בלייבט איך זע קיינער ביי דיין זייט דו ביסט מיט מיר ווען איך בין אליין און דו פארעכסט מיר איך זאל אויסזען שיין Shame איך זע די שילד אונטער די Window frame איך זע דיין זעל אין די איך זע אלעס אפילו באהאלסט עס איך זע דיר חיים …כ’טו קוקן אין די

שפיגל אויף די וואנט מיר זענען ווידער צוזאם אין א יעדע שטאנד די ביסט מיין איינציג פריינד דו זאגסט מיר זיי קענען גוט פארשטיין די מענטש איך בין איז פארוואס אונז צוויי רעדן נאכאמאל דא אליין

קוקן אויף זיך יעצט ווייזט מיר מיין פארגאנג אוי, אריבער יארן שווער און לאנג איך טראכט נישט אריין, מ’דארף גיין א גאנג איך צוברעך זיך נישט פון די שטן’ס שלאנג איך זע ס’קומט א צייט פיל מיט גליקן איך זע א טויש, איך זע גוטע צייטן און ווען איך טראכט דאס קומט אויף מיר א שמייכל …אזוי אויך אויף די מענטש אין די

שפיגל אויף די וואנט מיר זענען ווידער צוזאם אין א יעדע שטאנד די ביסט מיין איינציג פריינד דו זאגסט מיר זיי קענען גוט פארשטיין די מענטש איך בין איז פארוואס אונז רעדן נאכאמאל דא אליין

שפיגל אויף די וואנט מיר זענען ווידער צוזאם אין א יעדע שטאנד די ביסט מיין איינציג פריינד דו זאגסט מיר זיי קענען גוט פארשטיין די מענטש איך בין איז פארוואס אונז צוויי רעדן נאכאמאל דא אליין

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 7
Adon olam
4:36

אדון עולם

אדון עולם אשר מלך בטרם כל יציר נברא לעת נעשה בחפצו כל אזי מלך שמו נקרא ואחרי ככלות הכל לבדו ימלוך נורא והוא היה והוא הוה והוא יהיה בתפארה

והוא אחד ואין שני להמשיל לו להחבירה בלי ראשית בלי תכלית ולו העוז והמשרה והוא אלי וחי גאלי וצור חבלי בעת צרה והוא נסי ומנוס לי מנת כוסי ביום אקרא

בידו אפקיד רוחי בעת אישן ואעירה ועם רוחי גויתי השם לי ולא אירא בידו אפקיד רוחי בעת אישן ואעירה ועם רוחי גויתי השם לי ולא אירא

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 8
Al zois
4:36

על זאת

על זאת על זאת על זאת יתפלל יתפלל יתפלל כל חסיד יתפלל יתפלל כל חסיד אליך אוי אוי אוי אוי אוי לעת מצוא

על זאת על זאת על זאת יתפלל יתפלל יתפלל כל חסיד יתפלל יתפלל כל חסיד אליך אוי אוי אוי אוי אוי לעת מצוא

רק לשטף מים רבים אליו לא יגיעו אליו לא יגיעו רק לשטף מים רבים אליו לא יגיעו אליו לא יגיעו

רק לשטף מים רבים אליו לא יגיעו אליו לא יגיעו רק לשטף מים רבים אליו לא יגיעו אליו לא יגיעו

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 9
Bas kol
4:36

בת קול

ארבעים יום קודם יצירת הולד בת קול יוצאת ואומרת בת פלוני לפלוני (סוטה ב]

איך הער דעם בּת קול וואס זאגט דעם בּת קול יא יא דעם בּת קול געדענק דעם בּת קול איך הער דעם בּת קול וואס זאגט דעם בּת קול יא יא דעם בּת קול געדענק דעם בּת קול

ארבּעים יום קודם על זאת אנחנו מודים די ישועה איז שוין דא אין א מזל’דיגע שעה הער צו אים נאך פאר פון דיין יצירה א זיווג געשעט איז געדענק ארבּעים יום א שמחה אין משפּחה הערט מען שוין

אוי אוי אביסעלע בטחון האב נישט קיין מורא אוי אוי בּחור’ל פארלאז זיך אויף דעם בורא אוי אוי בּת פּלוני לפּלוני פון לאנג געשריבן שוין איז געדענק געדענק געדענק געדענק דעם בּת קול

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 10
Yerushalayim
4:36

ירושלים

שיינע צייטן רואיגע און פיינע געדענקן מיר ירושלים די פּראכטפילע שטעטעלע ווער קען פארגעסן פון איר אין איר גאסן אינטער די הויעכע טויערן פלעגן מיר שפּאצירן גיין די קליינע הייזער איינגעהילט אין די מויערן צו זען געווען אזוי שיין

אירע שטיינער פיל סודות באהאלטן אלט אזוי פיל יאר די נביאים אויף זי ניגונים געזינגען און דערמאנט אלע מאל פון מיין פיינט אין איר שאטן זיך באהאלטן קיינמאל קיין פּחד נישט געווען ירושלים מיין קרוין פון ריינע גאלד איך וויל דיך נאכאמאל זען

טאטע, מיר ווילן צוריק אהיים גיין אבער דו עפען דעם טיר בוי צוריק אויף ירושלים דעם שיינעם אויב נישט פאר אונז פאר דיר

שיינע צייטן רואיגע און פיינע געדענקן מיר די בית המקדש דעם פּראכטפילע געביידע ווער קען פארגעסן פון איר ווען א שטיין אויפן הארץ געליגן וואו צו גיין איז געווען מיט א קרבן אין בית המקדש געלאפן דעם טאטע’ן געגאנגען זען

די כהנים אין ווייסע קליידער גרייט געשטאנען ווי זעלנער אין דינסט די לויים שיינע זמירות געזינגען דעם הארץ בארירט אלע פעלקער פלעגן איר מתנות שיקן די בארימטע זענען מיר געווען אז מיר זענען באליבט ביי די באשעפער האבן אלע געקענט זען

טאטע מיר ווילן צוריק אהיים גיין אבער דו עפען דעם טיר בוי צוריק אויף דעם טעמפּל דעם דריטע’ן אויב נישט פאר אונז פאר דיר

שלעכטע צייטן אומרואיגע און שווערע געפינען זיך מיר אונזער גלות ווי א טונקעלע תפיסה ווער קען פארגעסן פון איר אין די גאסן צווישן די גוים מוזן מיר ליידער גיין פארשפּרייט ווי אפּאר ברעקלעך אין די וואסער אזוי עלנד אליין

פון די בילבולים ביז די היינטיגע טעראריסטן שוין אזוי פיל יאר אידן אלע מאל צרות געליטן עס האט נישט קיין צאל טייערע טאטע האסט דיין פּנים באהאלטן נאר טונקל טוען מיר זען ווילאנג נאך וועט עס אזוי אנהאלטן אוי, ס’איז שוין גענוג געווען

טאטע, מיר ווילן צוריק אהיים גיין אבער דו עפען דעם טיר נעם צוריק דיין ליבליכע קינדער אויב נישט פאר אונז פאר דיר

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 11
Gila rina
4:36

גילה רינה

אלע אין זאל לעבטס אויף שטייטס וואך א גרויסע שמחה שיינט דא היינט נאכט זאמעלטס אן כח, דעם גאנצן מאכט ווייל מ’וועט דא טאנצן ביז די זון אויפלייכט

ברידער קומט אלע צוזאם אין רינגל אריין צינדט אן דעם פלאם מ’וועט שוין גיין טאנצן ברידער קומט שפירן דעם טעם ווי גוט פרייליך זיין ניין האלטס ענק נישט איין

לאמיר זינגען גילה רינה דיצה וחדוה אהבה ואחוה ושלום ורעות גילה רינה דיצה וחדוה אהבה ואחוה ושלום ורעות גילה רינה דיצה וחדוה אהבה ואחוה ושלום ורעות גילה רינה דיצה וחדוה אהבה ואחוה ושלום ורעות

CUSTOMER REVIEWS Add Your Comment

massive

Published by yh jmdb
error: Content is protected !!