Skip to main content

Album: Dovid V'Shloime
Artist: DUDI KALISH
Year: 2014
Tracks: 10
Rating:

Track 1
Potato
4:36

פאטעטא

ווער האט באשאפען די פּאטעטא רבונו של עולם ווער האט באשאפען די טאמעטא רבונו של עולם און ווער האט באשאפען די ווארימע זופּ רבונו של עולם ווער האט באשאפען פּאטעטא טשיפּס רבונו רבונו של עולם

ס’מאכט נישט אויס וואס מען עסט ס’מאכט נישט אויס וואס מען טרינקט אויף אלעם דאנקען מיר רבונו של עולם

ס’מאכט נישט אויס וואס מ’עסט ס’מאכט נישט אויס וואס מ’טרינקט אויף אלעם דאנקען מיר רבונו, רבונו של עולם

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 2
Shifchi
4:36

שפכי

זיך אויסרעדן דעם הארץ קומט נישט אָן גרינג איז איך גיס אויס מיין הארץ און איך זינג … אוי…. אוי פון טיף הארץ א ניגון פליסט אין א שווינג …אוי… אוי א ניגון ווי א שליסל עפענט דעם געפיל … אוי… אוי

שפכי כמים לבך נכח פֹּני השם שפכי כמים לבך נכח פּני השם

…אוי… אוי גיסט ווי וואסער אייער ליבע הערצער קעגן די פּנים פון אייבערשטער

שפכי כמים לבך נכח פּני השם שפכי כמים לבך נכח פּני השם

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 3
Benkenish
4:36

בענקעניש

וואו טוט די זון שטראלן וואו הערשט ווארימקייט אין יעדע ווינקל הערשט אַן ענגשאפט און א טונקלקייט

ווי לאנג וועל איך בלייבן דא אזוי אליין איך האלט שוין נישט אויס, מיין הארץ עס קלעמט אונטער א שווערן שטיין

?טאטע וואו ביסטו עפען דעם טיר נעם מיר ארום דיר און דערקוויק מיר דיין ליב שמייכל רואיגט מיר

נעם מיר ארום דיר וויש מיין טרערן ווען ביזט מיט מיר מיין הארץ רוהט

וואו טוהט די זון שטראלן וואו הערשט ווארימקייט אין יעדע ווינקל, הערשט אַן ענגשאפט און א טונקלקייט

ווער וועט מיר אויפלייכטן שטילן מיין געוויין טאטע טאטע, נאר די קענסט איז ווען קומסטו אהיים

?טאטע וואו ביזטו עפען דעם טיר נעם מיר ארום דיר און דערקוויק מיר דיין ליב שמייכל רואיגט מיר

נעם מיר ארום דיר וויש מיין טרערן ווען ביזט מיט מיר מיין הארץ רוהט

נעם מיר ארום דיר און דערקוויק מיר דיין ליב שמייכל רואיגט מיר

נעם מיר ארום דיר וויש מיין טרערן ווען ביזט מיט מיר מיין הארץ רוהט

וואו טוהט די זון שטראל וואוהערשט ווארימקייט אין יעדע ווינקל, הערשט אַן ענגשאפט און א טונקלקייט

טרערן אין די אויגן שטערן מיר דעם זעהן איך קוק זיך ארום, ווי טונקל עס איז פיל בעסער געווען

טאטע וואו ביזטו עפען דעם טיר נעם מיר ארום דיר און דערקוויק מיר דיין ליב שמייכל רואיגט מיר

נעם מיר ארום דיר וויש מיין טרערן ווען ביזט מיט מיר מיין הארץ רוהט

נעם מיר ארום דיר און דערקוויק מיר דיין ליב שמייכל רואיגט מיר

נעם מיר ארום דיר וויש מיין טרערן ווען ביזט מיט מיר מיין הארץ רוהט

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 4
Mame
4:36

מאמע

א אידישע שטוב, געבויט פיל מיט מוהט א הערליכע בלום, נאר אזוי בלוהט א שטוב גוט געפירט, איינער דאס טוהט א אידיש מאמע, שטייט אינדערמיט

אין יעדע מינוט, און אויף יעדע טריט איהר גארטן באפּיצט, פון שאדן באשיצט די קינדער באצירט, ווי פרינצן זיי פירט א אידיש מאמע א קעניגן זי שפּירט

מאמע מאמע שיינע טייערע קרוין פון גאלד אויסניצן די מינוטן ביי דיר איך האב געזאלט איך וואלט געצאלט אלע געלט, זאלסט מיר ווידער וויגען און אין דיינע ליבע הענט, אמאל טראגן

מאמע מאמע שיינע טייערע קרוין פון גאלד איך האף איך בין געוואקסן פּונקט ווי די האסט געוואלט דיינע גלעטל נאך איך פיל, און דיין מוסר איך היט ס’איז נישט געווען א שאד אויף דיין מוה

צווישן דערנער פיל, איז א רויז איינגעהילט די אידישע פאלק, גאר אזוי פילט דאך זי שיינט און בלוהט, איינער אונז היט די שכינה הקדושה זיצט אינדערמיט

ווי א מאמע רואיגט, דאס קינד מיט א ליד די שכינה זי רוהט, אין יעדען איד איהר קינדער באקרוינט, מיט אלעם גוט באלוינט די שכינה הקדושה מען זעהט צווישן אונז וואוינט

שכינה קדושה שיינע טייערע קרוין פון גאלד טוהן דיין ווילן שטענדיג איך האב ווען געזאלט איך וואלט געצאלט אלע געלט, אין בית המקדש גיין אין דיינע הייליג הענט, לויפן אריין

שכינה קדושה שיינע טייערע קרוין פון גאלד פון היינט וועל איך זיך פירן פּונקט ווי די האסט געוואלט דיינע ניסים איך געדענק, און דיין מוסר איך היט איך בעט נאר עס זאל נישט זיין א שאד דיין מוה

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 5
Lechtel
4:36

לעכטל

ווען ס’איז צייט, און אינטערגייט די זון פון היינט, און די לבנה שיינט איך לייג אריין, אין האנט א קליין זיס לעכטעלע ווי שיין

ווען ס’איז ווייט, די ליכטיגקייט און די פרייד, צוגייט פון טונקלקייט צום שאכטל גיין, נעמען א קליין זיס לעכטעלע ווי שיין, מיט זי זיך דעפרייען

די ליכטל אין א טענצל גייט אין שטוב א ליכטיגקייט צושפּרייט מיין הארץ באגלייט, זי פון די זייט פולט זיך מיט ווארימקיייט

די ווענט געפארבט שטרייכן שיינקייט פון שטראלן פיל מיט פרייליכקייט מיין הארץ באנייט, און א גוט גייסט זיס לעכטעלע מיט מיר טאנץ, פאר דו צוגייסט

ווער עס גלייבט, און פארשטייט די באדייט, פון די נביא’ס רייד אז נר ה’ נשמת אדם א מענטש פארמאגט א פלאם

און אין א צייט, פון טונקלקייט און די וויינסט, פון פיל שוועריקייט צום ווינקל גיי, און זאג א קליין קאפּיטל, דיין נשמה וועט אויפשטיין

די נשמה אין א טענצל גייט אין מיר א ליכטיגקייט צושפרייט מיין הארץ איז גרייט, און איהר באגלייט פולט זיך מיט ווארימקיייט

מיין פּנים שיינט פון הייליגקייט פון שטראלן פיל מיט פרייליכקייט מיין הארץ זי טרייסט, באנייט מיין גייסט טאנץ מיט מיר, נשמה, פאר דו גייסט

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 6
Tentzel
4:36

טענצל

צום טאג’ס שליס, קום גענוס הייב דיין פיס, ס’איז דאך זיס ווארף דיין לאסט, וואס די דארפסט איז א טענצל

פרייליכקייט, מאכט א בייט פון גרויס לייד, ווערט נאר פרייד נו וואס די דארפסט איז א טענצל

טריט פון פרידן, גיי שפאצירן שפאן די טענער, אהין אהער נעם א פידל, שפיל א לידל טרעט און דריי, א טענצל גיי

וועלכער שטום, נעמט ארום א ליד ברום, אומעטום דיין הארץ גיס, מיט די פליס פון א טענצל

דיין זעהל הייב, פרייליך בלייב ענגשאפט טרייב, ס’איז גוט גלייב און שפּרינג ארויס אין א גוט טענצל

טריט פון פרידן, גיי שפּאצירן שפּאן די טענער, אהין אהער נעם א פידל, שפּיל א לידל טרעט און דריי, א טענצל גיי

ווען די רעדסט, פארשטיין געבסט מיט די הענט צייגסט, וואס די מיינסט דיין זעהל’ס שפּראך, די זעלבע זאך זו זינגט און טאנצט

איז מיט פרייד, רעד דיין רייד און באגלייט, דיבאדייט מיט גרויס קלארקייט זינג און טאנץ

טריט פון פרידן, גיי שפּאצירן שפּאן די טענער, אהין אהער נעם א פידל, שפּיל א לידל טרעט און דריי, א טענצל גיי

א גלות טאנץ, אויף ערד נישט מיינ’ס איז נישט גאנץ, ס’פעלט דעם גלאנץ ס’קומט נישט גרינג, אָן דעם שפּרינג מען בענקט אהיים

אבער איד, ווער נישט מיד ווייל דיין ליד, האלט און פירט דיר אויף דעם וועג צו ירושלים

טריט פון פרידן, גיי שפּאצירן שפּאן די טענער, אהין אהער נעם א פידל, שפּיל א לידל טרעט און דריי, א טענצל גיי

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 7
Teshuva
4:36

תשובה

טאטע ווייסט איך בין דיינס א קינד מיין הארץ איז צו דיך צו געבונד נאר אמאל בלאזט א שטארקע ווינט עס ווערט שווער זיך דערווייטען פון זינד

טאטע ווייסט איך בין דיינס א קינד מיין הארץ איז צו דיך צו געבונד נאר אמאל בלאזט א שטארקע ווינט עס ווערט שווער זיך דערווייטען פון זינד

טאטע בלי נדר איך נעם זיך היינט טוהן ביז וואו עס קומט אָן מיין האנט אבער די נעם אוועק מיין פיינט און רייניג מיך גוט אויס פון די זאמד

אויפן ברעג פון וואסער שפּילט זיך א קליין אינגל אזוי שיין די טאטע פון די זייט קוועלט נחת א נשמה’לע אזוי ריין מיט די קאטשקעס ביים ברעג וואסער טוהט ער זיך שפּילן מיט חן אבער פּלוצלינג קומט א שטארקע ווינט צו גיין און פּונקט שטייט די קינד אויף א קליינע שטיין אין וואסער פאלט אריין די כוואליעס שלעפּן ווייטער פון זיך אליין

גלייך די טאטע טאנצט אריין אין וואסער צו עם ראטעווען ער האט עם געכאפּט ממש ווי די וואסער טוהט זיך איינדרייען שנעלעהייט מיט עם צוריק צום ברעג געטוהן אהין שווימען און דארט הייבט אָן אויף עם די טאטע שרייען וואס האסטו צו זיך געטוהן קענסט אויף זיך נישט געבן אפּאר מינוט אכטונג

טאטע ווייסט איך בין דיינס א קינד מיין הארץ איז צו דיך צו געבונד נאר אמאל בלאזט א שטארקע ווינט עס ווערט שווער זיך דערווייטען פון זינד

טאטע בלי נדר איך נעם זיך היינט טוהן ביז וואו עס קומט אָן מיין האנט אבער די נעם אוועק מיין פיינט און רייניג מיך גוט אויס פון די זאמד

יעדער פון ענק ווייסט דאך זיכער וואס איך מיין צו זאגן אז די אינגל פון די משל מיין איך טאקע אלע אידן נישט אלע מאל איז אזוי גרינג צו טוהן די באשעפער’ס רצון אמאל פאנגט אָן א שטארקע ווינט צו בלאזן מען דארף זיך זייער שטארק אנהאלטן וויל אויב נישט קען עס דיך זייער ווייט אוועק פירן

אבער תכלית יעדער איינער ווייסט דאך עס איז זייער שווער די עיקר איז פּראבירן די באשעפער ווארט נישט אויס פאר מער אויב טוהסט פּראבירן זאלסטו וויסן דאס איז די בעסטע געווער אפילו חס ושלום געבסט א קער צו הערן דיין געשריי וועט אייביג ער תשובה נעמט ער אָן, אייביג נישט קיין חילוק ווער

טאטע ווייסט איך בין דיינס א קינד מיין הארץ איז צו דיך צו געבונט נאר אמאל בלאזט א שטארקע ווינט עס ווערט שווער זיך דערווייטען פון זינד

טאטע בלי נדר איך נעם זיך היינט טוהן ביז וואו עס קומט אָן מיין האנט אבער די נעם אוועק מיין פיינט און רייניג מיך גוט אויס פון די זאמד

טאטע בלי נדר איך נעם זיך היינט טוהן ביז וואו עס קומט אָן מיין האנט אבער די נעם אוועק מיין פיינט און רייניג מיך גוט אויס פון די זאמד

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 8
Danken
4:36

דאנקען

אויפן ברעג פון ים גיי איך שפּאצירן די כוואליעס ווי אַן ארמיי גייט מארשירן די ווייסע פייגלעך אין די הייעך פייפן ווי קלאר די הימל איז עס טוהט פארגאפן

ווי שיין די וועלט באשעפער האסט באשאפן פון די הויעך בערג ביז וואסער טיפן די ווינט בארואיגט די געמיט, די שמעק פון גראז אויפרישן טוהט אונז די זון שיינט און די לבנה לייכט אויך פּונקט גוט

איך וויל דיר דאנקן אויף סיי וואס האסט מיר געגעבן ספּיציעל די שיינע ווינדערליכען לעבן פאר דיר איך קום וואס איך גענוס, איז מיט דיין נאמען איך באגריס ברוך השם ביי מיר איז אלעס הערליך און זיס

ברויט פון מעהל פון ווייץ פאר מענטשען באקט מען וויין פון טרויבן פולט דעם הארץ מיט פרידן אויל פון זיתים די געזיכט זאל גלאנצן באשאפן אלץ מיט א געוויסע ניצען

אין ארבעט ווען עס איז לעכטיג וועט די מענטש גיין די חיות ווען עס איז טונקל וועלן זיך דרייען יעדע באשעפעניש ווי קליין, לאזטו עם נישט איבער אליין ווי טיף פּלאנירט איז די נאטור ווער קען דאס פארשטיין

איך וויל דיר דאנקן אויף סיי וואס האסט מיר געגעבן ספּיציעל די שיינע ווינדערליכען לעבן פאר דיר איך קום וואס איך גענוס, איז מיט דיין נאמען איך באגריס ברוך השם ביי מיר איז אלעס הערליך און זיס

אפּאר באליבטע פריינד אינאיינעם זיצן ליבלעך שמועסן זיי פון טיפן הארצן איינער דארט דערציילט גוט זיינע וויצן אז די צייט לויפט מען פארגעסט אינגאנצן

די ווינדער פון די זעהל ווער קען באגרייפן ווי קלוג געבויט די מענטש גאט האסט באשאפן די ווייב און קינדער אין געצעלט, און פיל מיט פריינד ארום געשטעלט די מענטש ערפינדן ממש פּונקט גענוי ווי א וועלט

איך וויל דיר דאנקן אויף סיי וואס האסט מיר געגעבן ספּיציעל די שיינע ווינדערליכען לעבן פאר דיר איך קום וואס איך גענוס, איז מיט דיין נאמען איך באגריס ברוך השם ביי מיר איז אלעס הערליך און זיס

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 9
Shpiel
4:36

שפיל

צייטן קומען און צייטן גייען ביי זיי טוהן נישט שטימען אמאל טוהט זייער וויי אבער דאך די וועלט גייט ווייטער אָן צו די האלטסט אויך דערביי

פאר דיר געבליבן איז אויך מיט צוגיין זיך נישט צוברעכן בלייב נישט שטיין אליין אפי’ אויב די מיינסט דו וועלט גייט שוין פאר דיר אונטער גיין

[:פזמון] שפּיל דאך גייט אָן שפּיל דאך גייט אָן אין דיר דיין הארץ מעג קלעמן דיין פּנים קען דיר ברענען דאך האלט אָן דיין שמייכל

ס’קען אלץ געשען האלט אבער שטארק דיין הארץ און בלייב נישט שטעקן ווען עס ווערט דיר שווארץ טו אזוי ווייל די וועלט גייט ווייטער אָן פרעגן צו האלסט דערביי

איך וויל דיר לערנען א כלל געדענקן זאלסט געדענק נישט שטענדיג גייט פּונקט ווי די ווילסט אבער דאס בלייבט לויט דיין וועלן קענסט אייביג זיך פארשטעלן (ווי אזוי (האסט אנגענומען

[:פזמון] שפּיל דאך גייט אָן שפּיל דאך גייט אָן אין דיר דיין הארץ מעג קלעמן דיין פּנים קען דיר ברענען דאך האלט אָן דיין שמייכל

אמאל געשעט מען כאפּט זיך שפּעט עס טוהט וויי דאס געדענק ווען ס’דיר ענג ביי יענעם, קען אויך דאס זיין האלט זיך שטארק מאך זיך

שפּיל דאך גייט אָן שפּיל דאך גייט אָן און שטארקן זאלסט דיין הארץ אפי’ ווען ס’שווארץ און, געב נישט איין

אביסל מוה שטארק זיך צו די דארפסט טרעפן דעם וויל צו ווייטער גיין !!!שפּיל

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 10
Asoroh
4:36

עשרה

איין שיינעם טאג האט דאס פּאסירט אלע זענען געווען שאקירט ווען די קיסר האט געטוהן באשליסן צעהן פון די תנאים זאל מען איינשליסן

געטראפן האט ער אַן ענטפער פאר די גזירה אז די שבטים זענען געווען צעהן און זייער ברידער פארקויפט פאר ביי גייער וועט ער די צעהן שטראפן פאר דעם

ווי נאר די שמיעה פון די גזירה גייט פרידן אויף טרויער זיך בייט אויך ר’ ישמעאל האט אין הימל געהערט די גזירה וועט נישט ווערן צישטערט

געווארן איז דאן א קריגעריי זיין צווייטער קיינער איז נישט גרייט האט די קיסר מיט א גורל געקליבן און די הייליגע ר’ שמעון איז די ערשטע געבליבן

א ציטער האט יעדעם באנומען ווען ר’ שמעון שטרעקט אויס די האלז גרייט צו גיין די כהן גדול ר’ ישמעאל האט עם ארומגענומען און אויסגעבראכן אין א געוויין

די רשע’ס געפיל האט דאס נישט בארירט אויך די הויט וואס ר’ ישמעאל באצירט געשינדן האט ער ביז די פּלאץ פון תפילין זיין שריי האט די ערד געטוהן טימלען

ווייטער די הארץ א קלאפּ פארפּאסט די וועג ווייזער וואס אויפן דור אויף פּאסט ר’ עקיבא די גרויסע תנא געשלעפּט אינדערמיטן האבן די זעלנער

ווער קען פארטראגן דאס בליקן ווי זיי קעמען ר’ עקיבא מיט קאמערען פון שטאל דאך ר’ עקיבא מיט שמחה האט אויסגעריפן הויעך און קלאר שמע ישראל

די תלמידים האבן דאס נישט געקענט צו זעהן איז דא דען א גבול צו דעם האט ר’ עקיבא זיי געגעבן פארשטיין זיין ווילן פון מקדש שם צו זיין

ר’ חנניא אין א תורה איינגעהילט מיט נאסע וואל פארברענט די היץ געקילט ר’ חצפית די טייטשער זיין בלוט פארגאסן און ר’ אלעזר בן שמוע מיט שפּיזן געשטאכן

אויך ר’ חנינא און ר’ ישבב הסופר האבן זיי פון אונז צוגענומען ר’ יהודה בן דמה און ר’ יהודה בן בבא אזוי שוידערליך אומגעקומען

גאט האסט באשאפן דיין וועלט מיט דין אבער רחמים איז א שיתוף דערין די דין האט זיין טייל שוין גענומען פון דיר יעצט מיט רחמים דיין וועלטעלע פיר

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:

CUSTOMER REVIEWS Add Your Comment

Great Album!!!!

Published by yh jmdb

jl;k;k

Published by
error: Content is protected !!