Skip to main content

Album: Machshovos
Artist: MOTTY ILOWITZ
Year: 2015
Tracks: 10
Rating:

Track 1
Loi Ish
4:36

לא איש

לא איש דברים אנכי, גם מתמול גם משלשום
לא איש דברים אנכי, גם מתמול גם משלשום

גיי און ווארן פּרעה, זאגט דער בורא
משה זאגט איך קען נישט, איך האב מורא
לא איש דברים אנכי
באשעפער איך בין נישט געמאכט פאר דעם

מענטשן שרעקן פון געבן זיך אַן עפן
ער האט די כשרון ער דארף עס נאר טרעפן
ער זאגט לא איש דברים אנכי
אבער באמת ליגט עס טיף פארשטעקט אין אים

דו האסט, דו האסט א טאלאנט
מאך עס נישט אוועק מיט דיין האנט
האלט דיך נישט איין, קוק טיף אריין
וועסטו טרעפן כשרונות דארט פארשטעלט

ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט
וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערסאנט
זוך עס נאר אויף און ברענג עס ארויף
ווייל דאס קען נאר פארהערליכן די וועלט

זאג נישט דו שעמסט דיך, דו קענסט נישט, ס'פּאסט נישט
פּראביר נאר וועסטו זען אז ס'בייסט נישט
זאג נישט לא איש דברים אנכי
ווייל קען זיין אז דו ביסט גאר געמאכט פאר דעם

לא איש דברים אנכי, גם מתמול גם משלשום
איך שטארק מיך אבער בכל כוחי גם היום, גם מחר

ווייל, אלה הדברים אשר דיבר
משה גאר די תורה געבט אונז איבער
ער זאגט לא איש דברים אנכי
און קוק נאר אָן ווי שיין האט ער גערעדט

דער באשעפער האט דיך אויסגעקליבן
ספּעציעלע כוחות דיר געגיבן
זאג נישט לא איש דברים אנכי
ווייל ס'איז א תירוץ וואס דער יצר הרע געט

נאר נוץ אויס, נוץ אויס דיין טאלאנט
א שאד עס זאל בלייבן אומבאקאנט
האלט דיך נישט איין, קוק טיף אריין
וועסטו טרעפן כשרונות דארט פארשטעלט

ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט
וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערסאנט
זוך עס נאר אויף און ברענג עס ארויף
ווייל דאס וועט נאר פארהערליכן די וועלט

זאג נישט איך קען נישט, איך דארף נישט, איך וויל נישט
דיינע טאלאנטן פארבלייבן א פארשטילעניש
זאג נישט לא איש דברים אנכי
ווייל קען זיין אז דו ביסט גאר געמאכט פאר דעם

דער רב מיט זיין קהילה
דער שדכן און דער עילוי
דער גראמער, דער בעל תפילה
זיי קענען בלייבן שטיל

דער סופר ביים מגילה
דער פּוסק מיט זיין קולא
דער סוחר מיט פּעולה
הערט אויף אויב ער וויל

כאטש פּחדים פילע
דורכפעלער אפילו
בלייב נישט פון די שטילע
דיין תפקיד ערפיל

ס'איז פּלאים פּלאי
עס שיינט ארויס בגילוי
מ'איז עולה לגדולה
עד בלי גבול

זאג נישט איך קען נישט, איך דארף נישט, איך וויל נישט
דיינע טאלאנטן פארבלייבן א פארשטילעניש
זאג איש דברים אנכי
מיט נשמה שבמוחי, איך שטארק מיך בכל כוחי, איך האף אז איך בין זוכה, כי ה' גמל עליכי
איך ווייס אז איך בין גאר געמאכט פאר דעם

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 2
Mothers eyes
4:36
א טיף באהאלטענע שרעק, אַן אומבא'טעמ'טע שפיר איז צווישן די מאמע מיט איר קינד פאר'ן טאכטער איז אומבאקוועם און פּראבירט שטיין ווייט פון איר זי שעמט זיך אז איר מאמע איז בלינד

זי קען נישט וואשן, נישט קאכן, פירן די ווערטשאפט אין הויז מיט א שטעקן גייט זי אין גאס אז די בלינדע פרוי איז מיין מאמע, איך האף אז קיינער געפינט נישט אויס איך וויל נישט זיין די נעבעך פון קלאס

קיין חבר'טע צו זיך אינדערהיים האט זי קיינמאל אריינגענומען ביי PTA אוי האט זי געוויינט איר מאמע זאל נישט קומען זיך ארויסגעדרייט, איר קיינמאל באגלייט די באציאונגען ווערן נאר קעלטער אזוי לויפן די יארן, זי ווערט נאר אלס גרעסער און עלטער

ענדליך שוין א כלה און צו די חתונה זי גרייט זיך האבן מיין אייגענעם לעבן, אוי ווי די כלה פריידט זיך זי פּאקט זיך פּעק – ציעט זיך אוועק ווייט ווייט ווייט פארגעסן פון די שווערע יארן וואס זי האט אינדערהיים געהאט

די מאמע ביטער פארקלעמט, אין הארץ עס ברענט א ברענעניש זי קען נישט איינשלאפן, לא יכבה בלילה נרה אירע צוויי בלינדע אויגן, זען טאקע זיי קענען נישט …אבער וויינען קענען זיי נאך יא

ווייטאגליכע קרעכצן נאך אזויפיל יארן פון דרוק עס גיסט זיך א גאָס פון געוויין עס שטייט איר פאר די אויגן מחשבות פון יארן צוריק וואס קיינער ווייסט נישט נאר זי אליין

מיין קינד כ'האב דיר קיינמאל פארציילט דורכאויס די אלע יארן אז דו ביסט געבוירן געווארן מיט א חסרון איך האב נישט געוואלט אז דו – זאלסט פילן ווי ביסט אנדערש ווי יעדן איינעם דערפאר האב איך באשלאסן אז איך דערצייל עס נישט פאר קיינעם

אבער איך מיין ס'איז שוין צייט, אזוי טוט מיין געפיל טרייבן די מאמע נעמט א פעדער אין האנט און הייבט אן צו שרייבן בסיעתא דשמיא, מיין טייער קינד לאה וויאזוי גייט דיין לעבן אלס ווייבל איך וויל דיר עפעס בעטן, דערפאר גיב איך דיר יעצט א שרייב'ל

זאלסטו וויסן מיין קינד" דו ביסט געבוירן נישט געזונט דו ביסט געווען בלינד אויף ביידע אויגן אבער וואס טוט נישט א מאמע פאר איר קינד מען האט די הויט פון מיר געשינדט איך האב דיר געשאנקן מיינע, אז דיר זאל אלעס טויגן

זייט דעמאלטס מיין קינד בין איך געווארן בלינד אוי ווי שווער האב איך דיר אויפגעצויגן איך שרייב דא צו דיר מיין קינד מיט בלוט אנשטאט מיט טינט איך בעט דיך איין זאך, היט אויף מיינע אויגן

"אוי אוי איך בעט דיך, היט אויף דיין מאמע'ס אויגן!

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 3
האדרת והאמונה
4:36
האדרת והאמונה, צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים, לחי עולמים הבינה והברכה, צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים, לחי עולמים

הגאוה והגדלה, צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים, לחי עולמים הדעה והדבור, צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים, לחי עולמים

מי הוא זה ואיזה הוא, מי הוא זה ואיזה הוא זה-זה קלי ואנוהו מי הוא זה ואיזה הוא, מי הוא זה ואיזה הוא זה-זה קלי ואנוהו

המלוכה והממשלה, צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים, לחי עולמים הנוי והנצח, צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים, לחי עולמים

השיר והשבח, צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים, לחי עולמים התהלה והתפארת, צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים, לחי עולמים מי הוא זה ואיזה הוא, מי הוא זה ואיזה הוא זה-זה קלי ואנוהו מי הוא זה ואיזה הוא, מי הוא זה ואיזה הוא זה-זה קלי ואנוהו

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 4
פארשטיין
4:36
פסח ביינאכט דארטן אין הויף ער זיצט ביים טאטע'ן, ביים חתם סופר דער כתב סופר אלס קינד נאך קליין

די הגדה ער וויל פארשטיין טאטע'ניו, דיר פרעגן עפעס איך וויל

דער חתם סופר שיינט אזוי נחת'דיג ער הערט אים אויס אבער ענטפערט גארנישט צוריק דער כתב סופר פרעגט נאכאמאל די טאטע ווערט אבער נישט נתפעל ער הערט אים אויס און בלייבט ווייטער שטיל

דער כתב סופר פארשטייט נישט וואס איז פשט פארוואס באקום איך נישט קיין ענטפער תיכף ומיד ער ווארט מיט קלעם, ביז מען האלט שוין נאכ'ן סדר מיין קינד ענטפערן יעצט איך גיי דיר

דער חתם סופר נעמט זיין קינד אויפ'ן שויס פארענטפערט זיין קשיא אין איין רגע בלויז דער כתב סופר שמייכלט אבער פלאצט אויס אין א געוויין יעצט האב איך שוין נאך עפעס וואס איך וויל פארשטיין

טאטע טאטע, אויב האסטו דעם תירוץ געוויסט פארוואס ווען איך האב עס פריער געפרעגט, שטיל געבליבן דו ביסט האסט געזען איך בין פאר'צער'ט דו זעסט איך שטיי און ווארט פארוואס לאזטו מיך ווארטן אזוי לאנג

אוי… מיין טייער קינד דו ביסט נאך זייער קליין א לימוד פאר דיין לעבן וויל איך דו זאלסט פארשטיין דו וועסט דיך באלד א דריי טון קשיות וועלן באדערן און וויי טון וויל איך דו זאלסט געדענקן דעם געדאנק

ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן

אסאך מאל אין לעבן איז פארשידענ'ס שווער קשיות און ספיקות, מ'ווארט אויף אן ערקלער איך וויל זאלסט געדענקן, ס'איז דא א תירוץ אויף א יעדע זאך אפילו ווען מען פארשטייט עס נישט גלייך

אסאך מאל דויערט זייער א לאנגע צייט ביז ס'ווערט פארענטפערט די קשיא וואס מ'האט געהאט גיב נישט אויף, ווער נישט מיואש פון קשיות און טרערן ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן

ברודער'ל מיינס, דו ווייסט שוין אצינד טויזענטער זאכן וואס דו האסט נישט פארשטאנען אלס קינד דו קענסט ענטפערן באלד דעם קינד פון צען יאר אלט וואס פארשטייט נאכנישט דאס וואס דו האסט אמאל נישט פארשטאנען

אסאך מאל דארפן יארן דורכגיין ביז מ'קען פארשידענע זאכן פארשטיין מען מעג פרעגן און וויינען אבער זאלסט נישט מיינען אז קיין תירוצים איז נישט פארהאנען

והיה כי ישאלך מה זאת די בוך פון קשיות איז דאך אזוי גרויס מיר לעבן אין א וועלט פיל מיט פראבלעמען, צווייפלען און דאגות יעדער דרייט זיך ארום מיט פראגעס

ס'איז נארמאל צו וויינען און שרייען פון קלעם ס'איז נארמאל צו מאנען און פרעגן למה השם דער באשעפער ענטפערט אלעמאל צוריק אפילו דו הערסט עס דאך נישט אסאך מאל ענטפערט ער, איך קען דיר נאכנישט ענטפערן, נאכנישט

אוי… מיין טייער קינד, דיר אויסהערן איך טוה איך זעה וואס טוט דיך שטערן, אבער ס'נאך צו פרי אז דו זאלסט קענען זען פארוואס דאס מוז געשען פארוואס פונקט ביי דיר און פארוואס פונקט היינט

אוי… די תירוצים זענען דא אויבן אזוי קלאר און שיין אסאך מאל, קינד מיינס, ביסטו נאך צו קליין צו פארשטיין דיין הארץ איז פאר'צער'ט, נאך אביסעלע ווארט נאך און אט וועסטו שמייכלען מיט פארשטאנד

אסאך מאל אין לעבן איז פארשידענ'ס שווער קשיות און ספיקות, מ'ווארט אויף אן ערקלער איך וויל זאלסט געדענקן, ס'איז דא א תירוץ אויף א יעדע זאך אפילו ווען מען פארשטייט עס נישט גלייך

אסאך מאל דויערט זייער א לאנגע צייט ביז ס'ווערט פארענטפערט די קשיא וואס מ'האט געהאט גיב נישט אויף, ווער נישט מיואש פון קשיות און טרערן ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 5
לעצטע טאג
4:36
וואס וואלסטו געטון ווען דו וואלסט ווען געוואוסט אז היינט איז דיין לעצטע טאג און מאָרגן פאַרן בי”ד זיך שטעלן דו מוזט וואס וואלסטו געטראכט און געזאגט דו וואלסט אויפגעשטאנען גלייך אינדערפרי מודה אני גרויסער בורא ארויסגעטראגן נעגל וואַסער אליינס וואלסטו און געזאגט א בּרכת התּורה

געלאָפן אין מקוה און פון דארטן צום שיעור געלערנט אַן אביי אַ רבי חייא אראפּגעלייגט א שחרית ווי קיינמאל פריער און אפילו געש’נדר’ט אַן עליה געגעבן א נדבה פאר יעדן וואס פּישקע’ט און ביז עלינו תּפילין אנגעטאָן און אויף דעם מענטש וואס שמועסט געשריגן און געשישקעט אפילו יעדער איינער קוקט דיך אָן

דאס איז דאך די כּלל וואס זאגן אונז חז”ל שוב יום אחד לפני קען זיין מארגן איז אלעס פארביי כאפּ אריין היינט אלעס וואס מ’פּלאנט פיר זיך, טו און זאג ווי כּאילו ס’איז דיין לעצטע טאג

נישט מבטל קיין רגע, לשון הרע נישט געפּרעדיגט ווייל יעדע מינוט איז גאלד אין איין טאג געקויפט, באשלאסן און ערלעדיגט אלעס וואס דו האסט שוין לאנג געזאלט מיט יעדן זיך פאררעכענט און אפּגעצאלט די חובות אנטשולדיגט פאר דעם אפּצאל דעם שפּעטן זיך באדאנקט פאר אלע וואס טוען דיך טובות און אלע שונאים איבערגעבעטן

גערופן טאַטע מאַמע מיט זיי צו שמועסן זיכער מאכן אלעס גוט עס גייט זיי קאמפּלימענט’ס פליסן, יעדן וועסטו גריסן מחזק זיין און צולייגן א פּלייצע ”גערופן די מלמדים “וואס מאכן מיינע קינדער ס’דערקענט זיך אייער יראת השם און צום משולח ביים טיר געלאפן געשווינדער ”אנשטאט זאגן “איך בין נישט אינדערהיים

דאס איז דאך די כּלל וואס זאגן אונז חז”ל שוב יום אחד לפני קען זיין מארגן איז אלעס פארביי כאפּ אריין היינט אלעס וואס מ’פּלאנט פיר זיך, טו און זאג ווי כּאילו ס’איז דיין לעצטע טאג

אהיימגעקומען מיט א שמייכל צו די קינדער די טעלעפאן געלייגט אין די זייט מיט געדולד אויסגעהערט יעדן באזונדער איבער’ן טאג וואס זיי האבן געהאט שפּילצייג, היים-ארבעט, צו יעדן זיך געקערט אז דאס ווייב זאל קענען רואיג קאכן גערופן די יונגלעך און שנעל זיי פארהערט אלעס פון די לעצטע פּאר וואכן

א מעריב, א שיעור, היטשעס יעדן געבן ביים טיי-אווענט דאס בערזל אויסגעלערט א קריאת שמע של המיטה ס’לעצטע אין לעבן ביים מזוזה’לע שטייט ער פארקלערט גייט אריין צו די קינדער און קושט זיי אין שטערן געדענקט אז טאַטי האט ענק ליב באדאנקט דעם אשת חיל פאר איר ארבעט דעם שווערן וואס זי טוט פאר די גאנצע שטוב

דאס איז דאך די כּלל וואס זאגן אונז חז”ל שוב יום אחד לפני קען זיין מארגן איז אלעס פארביי כאַפּ אריין היינט אלעס וואס מ’פּלאַנט פיר זיך, טו און זאג ווי כּאילו ס’איז דיין לעצטע טאג

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 6
בכל צער וצער
4:36
אל, אל תירא כי עמך אני מיין טייער קינד, וואו דו ביסט נאר וואו אמר הקדוש ברוך הוא אל, אל תירא כי עמך אני מיין טייער קינד, וואו דו ביסט נאר וואו :אמר הקדוש ברוך הוא

בכל צער וצער -אוי אוי- שיש לישראל אני, אני, אני עמהם בכל צער וצער – אוי אוי- שיש לישראל אני, אני עמהם

אני עמהם בכל צער וצער אני עמהם בכל צער וצער אני עמהם בכל צער וצער אני עמהם בכל צער וצער

אויפ’ן הארץ אזויפיל ווייען מיין קינד איך הער דיך שרייען ווייל איך שטיי נעבן דיר און איך וויין דו זאלסט קיינמאל נישט מיינען אז נאר דו טוסט וויינען ניין, מיין קינד, ביסט קיינמאל נישט אליין

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 7
קדשנו
4:36
אלוקינו ואלוקי אבותינו רצה נא, נא, רצה נא, נא רצה נא במנוחתינו רצה נא, נא, רצה נא, נא רצה נא במנוחתינו

אלוקינו ואלוקי אבותינו רצה נא, נא, רצה נא, נא רצה נא במנוחתינו רצה נא, נא, רצה נא, נא רצה נא במנוחתינו

קדשנו, ווי אזוי?… במצותיך ותן חלקנו, וואו?… בתורתך שבענו, מיט וואס?… מטובך ושמח נפשנו בישועתך

קדשנו, ווי אזוי?… במצותיך ותן חלקנו, וואו?… בתורתך שבענו, מיט וואס?… מטובך ושמח נפשנו בישועתך

וטהר, וטהר, וטהר לבנו וטהר, וטהר, וטהר לבנו טאטעניו וטהר לבנו לעבדך באמת

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 8
דער גראם
4:36
א גאנצע נאכט שוין – פארבראכט שוין – געטראכט שוין פון לאנג אהיימגיין פון זאַל געטאנצן יעדע ליד שוין – ער איז מיד שוין – און מען ציט שוין אסאך מער ווי נארמאל

ביים טיר שוין ער גייט דארט – ער שטייט דארט – פארביי דארט עס גייט א אינגערמאן מיט א שאל דער בדחן! ער כאפּט שוין – ער סטאפּט שוין – און בלייבט שוין ער וויל נישט אהיים גיין בכלל

מען קען זיין א מידער – פון לידער – און גערודער דאך גראמען האט א פּאטענט יעדן אינטערסירט עס – מען שפּירט עס – בארירט איז דאס הארץ, פון די מאמענט

ביי יעדע מסיבה – די חיבה – און ליבע וואס ביי אלע מענטשן עס ברענט וועט זיצן אין זאַל ער – אָן א דאַלער – נאר ווייל ער וויל הערן די גראמען ביים ענד

זעה נאר דעם פלאם – דעם טעם – אויסנאם וואס עס ליגט אונטער דעם גראם אפּאר שורות ברענגט עס צוזאם ווי איין שורה’לעך צוויי און דריי זענען זיי באהעפטן זיי אלע איך גיי עס הערט זיך דאס הערליך געשריי גאר שיין מחזורים און סידור בריוו’לעך פון ברידער געדיכטער און לידער געפּאסט און מסודר עס וועקט אויף דעם מידער און ווארעמט די גלידער מיט חן!

א שיינע בא’ערונג – ערקלערונג – איינשווערונג תנאים בלומען און נוסח המציבות אַן עד אין די דזשורנאלן – פארפאלן – ס’מוז שטראלן מיט גראמעלעך און ראשי תיבות

גראמען ארויס גיט זיך – ס’זעץ זיך – ס’רעדט זיך די ניגון, דאס בריוו’ל אדער סיי וואס וואס סתם ווערטער זאגט נישט – פארמאגט נישט – און טראגט נישט די זעלבע געפיל און התחייבות

גראמען קען מאכן – לאכן – אויפוואכן דעם טייל פון שמחה און גליק ס’קען וויינען און קלאגן – און זאגן – די פּלאגן וואס אונטערן הארץ עס דריקט

ס’קען שפּייען – און שרייען – פארצייען – באנייען א פריינדשאפט פון יארן צוריק דעם שרייבער’ס געפילן – טוט שפּילן – קענסט פילן ווען אויף די גראמען מען קוקט

זעה נאר דעם פלאם, דעם טעם, אויסנאם וואס עס ליגט אונטער דעם גראם אפּאר שורות ברענגט עס צוזאם ווי איין שורה’לעך צוויי און דריי זענען זיי באהעפטן זיי אלע איך גיי עס הערט זיך דאס הערליך געשריי גאר שיין מחזורים און סידור בריוו’לעך פון ברידער געדיכטער און לידער געפּאסט און מסודר עס וועקט אויף דעם מידער און ווארעמט די גלידער מיט חן

דער רבי ר’ בונם – זאגט מען נאך פון אים – אז טיף אינעם גראם ליגט סודות נוראות אז ר’ אליעזר הקליר – מיט זיינע איינפאלער – געגראמט האט ער ווייל ער געוואלט ברענגן פילע השפּעות

דער בעלזא רב ר’ ישכר דוב – זאגט ער דערויף – דער גראמער האט האף פארשפּארן דעם גיהנם אויף שעות אין באבוב גאר גרויס זי איז – די רב זאגט נישט בלויז זי איז – גר”ם איז די אותיות מ’בטלין ג’זירות ר’עות

מ’זעט יוצרות און זמירות – די שורות – פון פריער איז געשריבן מיט גראמען און ליד צדיקים אלס שרייבער – מחבר – מסתבר א טיפע חכמה עס ציט

רבי’ס מיט חן זיי – אליין זיי – שטייען זיי גראמען פאר א צווייטן איד באטראכטן דו דארפסט עס – צו פּאסט עס – דאך ווייזט עס א העכערע ענין דא רועט

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 9
שבח
4:36
שבח יקר וגדלה וכבוד יתנו לאל, יתנו לאל מלך יוצר כל שבח יקר וגדלה וכבוד יתנו לאל, יתנו לאל מלך יוצר כל

שבח יקר וגדלה וכבוד יתנו לאל, יתנו לאל מלך יוצר כל שבח יקר וגדלה וכבוד יתנו לאל, יתנו לאל מלך יוצר כל

לפיכך יפארו ויברכו יפארו ויברכו לאל יפארו ויברכו לאל, אוי לאל כל יצוריו לפיכך יפארו ויברכו יפארו ויברכו לאל יפארו ויברכו לאל, אוי לאל כל יצוריו

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:
Track 10
הר המוריה
4:36
אויבן אויף א בארג די אמונה איז שטארק מיט שמחה שטייען דארט ביידע געבינדן פיס און הענט גרייט צו ווערן פארברענט ליגט יצחק אויף די עקידה

פון דעמאלטס אן טראגט דאס ארט א פאן פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן די פּלאץ וואס גאט וועלט אויס וואו צו בויען זיין הויז דעם ‘הר המוריה’ אויסגעקליבן

כאטש עס איז פארהאן פיל פּלעצער וואס קען זיין שענער’ס ווי די הר המוריה פיל רייכערע ערד נו, פארוואס פּונקט דא ווערט דאס פּלאץ וואו על תילה בנויה

ווייל צדיקים האבן אנטפּלעקט וואו מ’האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט אין פייער פאר’ן בורא צו גיין חשוב איז ביי’נ’אים דאס ארט דער באשעפער וויל אז דוקא דארט זאל די בית המקדש שטיין

לויט’ן חשבון פון פריער אז חשוב איז ביי דיר די פּלאץ וואו מען שטארבט פאר דיינע באפעלן באשעפער דו זעסט וואו צו בויען דיין נעסט האסטו אזויפיל וואו זיך אויסצווועלן

‘אויפ’ן ‘אוטו דא פעי פאר’ן הנה אלקינו זה חלילה די אמונה נישט טויפן צי וועסטו בויען דיין אכסניא דארטן אין שפּאניע אויפ’ן זעלבן פּלאץ ווי פונעם שייטער הויפן

אין רוסלאנד הינגעריכטעט גע’שחט’ען און פארניכטעט געגאנגען אין פייער פאר דיר צי וועסטו טאטע קרוין בויען דיין וואוין אויף די קאלטע ערד פון די פראסטיגע סיביר

אין אייראפּע וואו דו קוקסט נאר אלס דעם טויט מעסער אויפ’ן האלדז מיליאנען אויס’שחט’ן און אויסהונגערן אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב וועסטו בויען דיין שטוב ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן

אין אינדיע מומביי פארן זיין א חלק אלקי געקוילעט ווערט מען פון דעם דזשיהאד די הויז פון בלוט און טרערן צי קען עס נאך איין טאג ווערן א בית המקדש אנשטאט א בית חב”ד

ווייל צדיקים האבן אנטפּלעקט וואו מ’האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט אין פייער פאר’ן בורא צו גיין חשוב איז ביי’נ’אים דאס ארט דער באשעפער וויל אז דוקא דארט זאל די בית המקדש שטיין

אויב ווילסטו דוקא ארץ ישראל אויף יעדן בארג און טאל איז פארצייכענט מיט אידישע עקידות אויף וועלכע גאס אויף וועלכע אויפרייס ווילסטו בויען דיינע געביידע’ס

דארט וואו בחורים פארכאפט מען וואו מתפללים אנקלאפט מען אינמיטן שחרית מיט העק און מיט מעסער אוי טאטע ס’שוין גענוג משיח שוין שיק און לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער

חשוב איז ביי’נ’אים דאס ארט דער באשעפער וויל אז דוקא דארט זאל די בית המקדש שטיין

Composed by: Chior: Lyrics by: Arrenged by:

CUSTOMER REVIEWS Add Your Comment

All gdl

Published by Ok

All gdl

Published by Ok

cfgvjhbkln;m\',.\\\'

Published by yh jmdb

fghjlk;

Published by yh jmdb

bj

Published by yh jmdb

Блог участников ДОМ-2 Остров Любви Ostrovdom2.ru Блог участников ДОМ-2 Остров Любви!..

Published by

Это очень интересно, спасибо вам за информацию. _______________________________________________ intoxic plus отзывы

Published by

Спортивный портал все Единоборства на kmfv.rv.ua борьба!

Published by

Бизнес | Женский журнал это интересно>>>

Published by

Снять Комнату Севастополь Длительно еще Аренда Недвижимости Севастополь Длительно

Published by

Как хорошо, что наткнулся на ваш сайт, очень много информации почерпнул blitz-remont.ru

Published by

Прогон вашего сайта лицензионным Xrumer Дешевле только даром https://goo.gl/vrx4SW - всего 5 за 1400 открытых ссылок

Published by

Искать по товару:Купить В Интернет Магазине Обувь Ecco Купить Samsung Galaxy S4 Black Edition Mini

Published by

Спасибо за новости Армении, если что смотреть тут lratvakan.com

Published by

Спасибо за актульную информацию, если что смотреть тут xozyaika.com

Published by

Много полезной информации о ремонте montazhnik02.ru

Published by
error: Content is protected !!